מע רעכנט, אַז איבער אַ הונדערט פֿופֿציק טויזנט ישׂראלים וווינען הײַנט אין ניו-יאָרק; און נאָך מער — אויב אַרײַנרעכענען די אַרומיקע סבֿיבֿה. עס רעדט זיך אין דער ווײַט גרעסטער ישׂראלדיקער קהילה מחוץ מדינת-ישׂראל. אַ שלל קליינע אָרגאַניזאַציעס האָבן עקזיסטירט עד-היום, כּדי צו דינען די באַדערפֿענישן פֿונעם העברעיִשן פֿאָלק אין גלות-ניו-יאָרק. אַ נײַע איניציאַטיוו מיטן נאָמען „מועצה מקומית ניו יורק‟ („די אָרטיקע פֿאַרוואַלטונג פֿון ניו-יאָרק‟, אָדער בקיצור „המועצה‟) ווערט די טעג פֿאַרלייגט, מיטן ציל צו ווערן דאָס רעפּרעזענטאַטיווע קול פֿון אָט די אַלע קליינע אָרגאַניזאַציעס, „און צו פֿאַרשטיין, צו פּראָטעזשירן און צו באַזאָרגן די באַדערפֿענישן פֿון דער קהילה מיט אַ שמייכל.‟ — לויט זייער אייגענער דעפֿיניציע.
די גרופּעס ווי: „השומר-הצעיר‟, „דור-חדש‟, דער נײַער ייִדישער פֿאָנד (NIF), „חסידה-שמעלאַ‟ פֿון די עטיאָפּישע ייִדן (אַ 600 הונדערט נפֿשות), „אײַפּעק‟, „דזשיי-סטריט‟, און נאָך, ווערן לעת-עתּה רעפּרעזענטירט אין „המועצה‟. דאָס לאַנצירן פֿון דער אָרגאַניזאַציע איז פֿאָרגעקומען זונטיק דעם 17טן מערץ, ו’ בניסן תשע”ג, אין 92Y אין אַפּער-איסט-סײַד פֿון מאַנהעטן.
אין משך פֿון דעם לאַנגן טאָג האָט מען אויף די פֿאַרשידענע סעסיעס, וואָס זענען געפֿירט געוואָרן אויף עבֿרית, אַרומגערעדט די טעמעס וואָס אינטערעסירן על-פּי רובֿ ישׂראלים אין אויסלאַנד. אין אַלגעמיין גייט די רייד וועגן קינדער-דערציִונג, קולטור, אַרבעט, די פֿאַרבינדונגען מיט כּלערליי אַנדערע קהילות, און ראשית-כּל מיט מדינת-ישׂראל. וואָס שײַך דער לעצטער טעמע, האָבן אַ פּאָר באַטייליקטע פֿאָרגעלייגט מע זאָל מיסד זײַן אַן אייגענע שתּדלנות-אָרגאַניזאַציע (אַ לאָבי) אין ישׂראל, וואָס וועט זײַן טעטיק אין דער כּנסת בעתן פּראָטעזשירן אַזעלכע געזעצן ווי שטים-רעכט פֿאַר ישׂראלים אין אויסלאַנד.
עס איז שוין פֿאַראַן אַ געזעץ-געבונג אין ישׂראל, וואָס וועט דערמעגלעכן די ישׂראלים, וואָס וווינען ווייניקער ווי פֿיר יאָר אין אויסלאַנד, צו שטימען אין די ישׂראלדיקע וואַלן אויך פֿון זייער איצטיקער היים. אָט די טעמע, הגם זי איז אָנגענומען בײַ אַ היפּש-ביסל אַנדערע לענדער, ווערט גערעכנט ווי אַ קאָנטראָווערסיעלע אין ישׂראל. ווען דער ענין איז דאָרט געשטאַנען אויפֿן סדר-היום מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, האָט ער אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע דיסקוסיע. כּל-מיני אינטעלעקטואַלן, ווי למשל, דער מחבר א.ב. יהושע, האָט געמאַכט אַ רעש און פּראָטעסטירט מיט כּעס: „ווי קען מען דערלאָזן, אַז אַזעלכע וואָס האָבן דאָס לאַנד פֿאַרלאָזט, זאָלן באַשטימען דעם גורל פֿון דער מדינה?‟. אַנדערע האַלטן זיך בײַ אַן אַנדער מיינונג, לטובֿת דעם געדאַנק.
אַחוץ דעם, האָט מען גערעדט וועגן פֿאַרזיכערן די סאָציאַלע רעכטן פֿון די צוריקגעקומענע אין ישׂראל, כּלומר, מיטן סטאַטוס „תּושבֿ חוזר‟. דאָך איז מען געווען מער-ווייניקער אײנשטימיק, אַז ס’איז בכלל נישט די אויפֿגאַבע פֿון דער נײַער פֿאַרוואַלטונג צו העלפֿן די „יורדים‟ זיך אומצוקערן קיין ישׂראל, גאָר פֿאַרקערט. די אייגנאַרטיקע אויפֿגאַבע זאָל זײַן דאָס העלפֿן די „גרינע‟ ישׂראלים אין ניו-יאָרק אינטעגרירן זיך אין דער נײַער געזעלשאַפֿט. לגבי דער פֿאַרבינדונג מיטן ישׂראלדיקן קאָנסולאַט אין ניו-יאָרק, האָבן עטלעכע באַטייליקטע זיך אַנטקעגנגעשטעלט צו אַזאַ מין פֿאָרשלאַג, ווײַל דער קאָנסולאַט רעפּרעזענטירט די פּאָליטישע ליניע פֿון דער רעגירונג. און די וואָס גלייבן, למשל, אין דרך-השלום, וועלן בשום-אופֿן נישט פֿאַרטיידיקן די קאָלאָניזאַציע-פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג וואָס דערפֿירט בלויז צו נײַע מלחמות און גוואַלד-טאַטן; זיי וואָלטן שוין גיכער גרייט געווען צו פּראָטעסטירן קעגן דעם.
וואָס שײַך קולטורעלע ענינים, איז קיין מחלוקת צווישן די באַטייליקטע נישטאָ. נישט געקוקט אויף די פֿאַרשידענע פּאָליטישע ליניעס, איז אַלעמען וויכטיק, אָן שום יוצא-מן-הכּלל, אַז די קינדער זאָלן זיך אויסלערנען די העברעיִשע שפּראַך. אַ פּאָר מעגלעכקייטן אין שײַכות מיט דעם זענען פֿאָרגעלייגט געוואָרן ווי צום בײַשפּיל צו אָרגאַניזירן בשותּפֿותדיקע נאָכמיטאָג-קלאַסן פֿון עבֿרית (און אַזוי צו שפּאָרן אַ סך געלט); צו שאַפֿן ישׂראלדיקע קהילה-צענטערס, ישׂראלדיקע שולן, אָדער צו פּראָבירן מע זאָל אַרײַננעמען עבֿרית-קלאַסן אין פּאַבליק-סקולס, ווי מע טוט מיט שפּאַניש.
דער פֿאָרזיצער פֿון „המועצה‟ הייסט ארן (אָרען) היימאַן (44). ער איז אַן אַדוואָקאַט און אַ געשעפֿטסמאַן, וואָס אַרבעט אין דער ישׂראל-אַמעריקאַנער פֿירמע „שיבולת‟, וואָס האָט פֿיליאַלן אין ביידע לענדער. היימאַן איז טעטיק אין אָן אַ שיִער היגע אָרגאַניזאַציעס וואָס האָבן צו טאָן מיט ישׂראל. רעדנדיק פֿאַרן גאַנצן עולם — אַן ערך 150 מענטשן — האָט ער בײַם אָנהייב מודה געווען ווי עמאָציאָנעל ער איז געוואָרן בײַם הערן די ווערטער פֿון דעם וויצע ישׂראלדיקן קאָנסול, און פֿון חסיה ישׂראלי פֿון דער סוכנות. “מדינת-ישׂראל נעמט זיך אַרום די ישׂראלדיקע קהילה אין ניו-יאָרק”, האָט היימאַן ציטירט שלמה קאופֿמאַנען, דעם וויצע קאָנסול.
אין 2012 האָט די סוכנות געענדערט איר שטעלונג און האָט צום ערשטן מאָל אַרײַנגענומען די מיסיע פֿון „פֿאַרשטאַרקן די ישׂראלדיקע קהילות אין חוץ-לאָרץ‟ (אָדער פּשוט אין גלות). „אין דער פֿאַרגאַנגענהייט האָב איך געטראַכט, אַז מע האָט מיך פֿײַנט אין דער סוכנות, ווײַל איך מאַך דאָס לעבן גרינגער פֿאַר ישׂראלים צו לעבן אין גלות. און די סוכנות איז דאָך פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם ענין עליה (די אימיגראַציע קיין מדינת-ישׂראל)‟, האָט היימאַן געזאָגט. „אָבער זינט דער ענדערונג אין דעם צוגאַנג פֿון דער סוכנות, פֿיל איך ווייניקער שלעכטס צו זיך. איך זאָרג פֿאַר ישׂראל, באַזוך דאָס לאַנד 10-15 מאָל אַ יאָר — אַן ישׂראלי מיט אַלע רמ”ח אבֿרים — און דאָס קומט שוין נישט מער מחמת שולד-געפֿילן ווי אַ „יורד‟. ווען מע דרייט זיך אַרום הײַנט אין ישׂראל, פֿרעגט מען מער נישט: „נו, ווען קומט איר שוין צוריק קיין ישׂראל?‟. ס’איז געוואָרן מער מער נאָרמאַל, ווי אַן אירלענדער צי אַן איטאַליענער וואָס וווינט מחוץ זײַן לאַנד, קומט צו גאַסט אין אירלאַנד צי אין איטאַליע.‟
היימאַן האָט אויך מיט פֿרייד מודיע געווען אַז די פֿעדעראַציע פֿונעם „פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּעל‟ (UJA) אין איינעם מיט דער סוכנות וועלן פֿינאַנצירן די נײַע פֿאַרוואַלטונג במשך פֿונעם ערשטן יאָר.
דער ענין קלאַסן-אונטערשייד איז דערמאָנט געוואָרן אין יענעם טאָג אַ פּאָר מאָל. היימאַן האָט באַשריבן די היגע ישׂראלדיקע קהילה ווי “זייער אַן אַמביציעזע קהילה”. אויסן איז ער געווען די נישט-ווינציק ניו-יאָרקער ישׂראלים וואָס באַשעפֿטיקן זיך אין פֿינאַנציעלע ענינים; אָדער לויט זײַנע אייגענע ווערטער, “וווילע בחורים וואָס ווילן זיך אַרויפֿאַרבעטן, אָבער נישט שטערן איינער דעם אַנדערן.” נו, נו, אַזאַ מין ראָמאַנטישע באַשרײַבונג איז שוין אַ סימן, אַז מע איז שוין לגמרי אַמעריקאַניזירט געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.