אין האַרבסט 1997 האָב איך באַזוכט דעם „ישׂראל־מוזיי‟ אין ירושלים און אין אַ זײַטיקער גאַלעריע אָנגעקוקט נישט קיין קליינע אויסשטעלונג — „דער סוד פֿון דער גאָלדענער טיאַרע: דאָס ווערק פֿון ישׂראל רוחמובֿסקי‟. די עקספּאָנאַטן און אונטערקעפּלעך האָבן דערציילט ווי אַ ייִדישער גאָלדשמיד פֿון אַ שטעטל אין רוסלאַנד איז געוואָרן אַ באַקאַנטער קינסטלער מיט ווערק אינעם „לוּוור־מוזיי‟ אין פּאַריז. גייענדיק פֿון איין אויסשטעל־וויטרינע צו אַ צווייטער, האָב איך צו זיך געטראַכט: „רוחמובֿסקי, פֿאַר וואָס איז דער נאָמען מיר באַקאַנט?‟ און איך האָב זיך געכאַפּט פֿאַר וואָס — דעם קינסטלערס זכרונות אויף ייִדיש — „מײַן לעבן און מײַן אַרבעט‟ האָב איך אַמאָל איבערלייענט, און דאָס בוך האָט אויף מיר געמאַכט אַ רושם צוליב דעם אוצר פֿון פֿאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿיע, וואָס דער מחבר האָט באַשריבן.
וואָס איז געווען דער „סוד‟ פֿון דער טיאַרע? אין 1896 האָט דער „לוּוור‟ געקויפֿט אַ גאָלדענע טיאַרע פֿאַר 200,000 פֿראַנק, גלייבנדיק, אַז די טיאַרע שטאַמט פֿונעם סקיפֿישן מלך מיט 2500 יאָר צוריק. אַ גריכישע אויפֿשריפֿט האָט דערמאָנט דעם מלך סײַטאַפֿאָרנעס. די קונסט־עקספּערטן פֿונעם מוזיי האָבן באַשטעטיקט די עכטקייט פֿון דער „טיאַרע פֿון סײַטאַפֿאָרנעס‟. אָבער, נישט אַלע האָבן געגלייבט אינעם עלטער פֿון דער טיאַרע, און עטלעכע יאָר שפּעטער איז די ידיעה דערגאַנגען קיין אָדעס וווּ רוחמובֿסקי האָט געהערט וועגן דעם. צוויי יאָר איידער דער „לוּוור‟ האָט די טיאַרע געקויפֿט, האָבן צוויי קונסט־סוחרים באַשטעלט די טיאַרע, זאָגנדיק, אַז זיי ווילן דאָס שענקען ווי אַ מתּנה צו אַ פֿרײַנד, אַן אַרכעאָלאָג.
איז רוחמובֿסקי געפֿאָרן קיין פּאַריז און זיך פֿאָרגעשטעלט ווי דער קינסטלער פֿון דער טיאַרע, אָבער די מבֿינים האָבן אים נישט געגלייבט, ביז ער האָט פֿאַר זיי נישט באַוויזן זײַן פֿאַכמאַנערישקייט — און ער האָט אויסגעהאַלטן „דעם עקזאַמען‟. נאָך דעם עפּיזאָד, איז ער באַקאַנט געוואָרן און מע האָט אים צוגעטיילט אַ גאָלדענעם מעדאַל פֿונעם „פּאַריזער סאַלאָן פֿון דעקאָראַטיווער קונסט‟. ער האָט געלעבט אין פּאַריז ביז זײַן טויט אין 1934.
אין זײַנע זכרונות באַשרײַבט דער מחבר די שטאָט אָדעס, די טיאַרע און זײַנע יאָרן אין פּאַריז. אַלץ דערציילט ער מיט פֿאָלקישן הומאָר און חכמה. אָבער אומפֿאַרגעסלעך איז די ערשטע העלפֿט פֿון זײַנע זכרונות, וווּ ער באַשרײַבט דאָס לעבן אין זײַן געבוירן־שטאָט מאָזיר אין דער מינסקער גובערניע. מיט אַן אויג פֿאַר פֿאָלקלאָר, און מיט פֿאַרשטאַנד פֿאַר די אַלטע און נײַע דרכים אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, גיט ער איבער זײַנע זכרונות ווי אַ מײַסטער־פּראָזע־שרײַבער. למשל:
דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן פֿאַר יעדער אומה ולשון אַזאַ מין חיה וואָס איר פּאַסט, איר גלײַכן, למשל: פֿאַר אַ פּריץ האָט ער געמאַכט אַ „כּלבֿ‟, אַן עזות־פּנים און אַ רשע. אַ פּריץ קען נישט אויסקומען אָן אַ הונט; אַ פּשוטער גוי מוז האָבן אַ חזיר, דערפֿאַר רופֿט מען בײַ אונדז אַ פּויער „סוויניאַ‟ (אַ גוי, אַ חזיר). און פֿאַר דעם ייִדעלע האָט דער רבונו־של־עולם באַשאַפֿן אַ ציגעלע, אָנגעמאָסטן אי מיטן כאַראַקטער, אי מיט דער פֿאָרמע — נעמט אַ שטייגער אַ ייִדיש ציגעלע: אַ מאָגערס, אַ דאַרינקס, הויט און ביינער, אַ לאַנגער פּנימל מיט אַ בערדל, און פּרוּווט זאָגן, אַז ס‘איז ניט ווי צוויי קאָפּ־וואַסער געראָטן אין אַן אָרעמען ייִדעלע!
ווי דער מחבר געדענקט, האָבן חיות זיך געפֿונען אומעטום און דעם גאַנצן טאָג אין אַלע ווינקעלעך. די חזירים וואָס זענען געקומען צום סוף פֿונעם מאַרק־טאָג און אַלץ אויף דר‘ערד אויפֿגעגעסן רופֿט ער אָן „די סאַניטאַרנע־קאַמאַנדע‟, ווײַל זיי האָבן, אויף זייער אופֿן, גערייניקט די גאַסן. אין יעדער ייִדישער שטוב איז געווען אַ ציג, און חנוכּה, פֿלעג מען אַרײַנברענגען די ציג אין הויז, וווּ די קינדער האָבן זיך „פֿאַרליבט‟ אין איר. אָבער נאָך די אַכט טעג האָט מען זי אָפּגעגעבן דעם שוחט, און, אוי, האָבן די קינדער זיך צעוויינט.
די באַציִונגען צווישן ייִדן און נישט־ייִדן שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם בוך, און רוחמובֿסקי גיט אונדז דעם גאַנצן, אָפֿט פּראָסטן, וואָקאַבולאַר און טראַדיציעס, וואָס באַגלייטן די באַציִונגען. אויף אַ גויִישער לוויה האָט מען געזאָגט „געשלעפּט אַ פּגירה‟. אַז מע האָט געקוקט אויף די איקאָנעס, באַקומט מען פֿערציק טעג זײַן אין חרם, האָבן די קינדער געגלייבט.
אין מאָזיר איז געווען אַ קאַרלינער שטיבל, אַ חב״ד־שטיבל, און לעבן מאָזיר, אַן אייגענער רבי — דער וועלעדניקער צדיק. באַקאַנט ווי אַ מאָדנער מענטש, האָבן די מאָזירער פֿאַר אים גרויס דרך־ארץ געהאַט, בפֿרט דעם מחברס טאַטע. ווען דער רבי פֿלעג עפֿענען צום ערשטן מאָל אין טאָג די גמרא, האָט ער געזאָגט מיט אַ גמרא־ניגון „גוט־מאָרגן, צאַצקע!‟
איידער ער איז געבוירן געוואָרן, האָבן רוחמובֿסקיס טאַטע־מאַמע געהאַט צוויי מיידלעך, אָבער שטאַרק געוואָלט אַ קדישל. אין אַ פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, בײַם רבינס טיש „הייבט זיך אויף דער רבי און נעמט אַרויס פֿון צימעס אַ באַר, און רופֿט אויס: ׳חאַצקל מאַזירער, נאַ דיר אַ בר!׳ אין תּלמודישע שפּראַך איז „בר‟ ־ אַ זון. אַלע חסידים האָבן גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז בײַ חאַצקל מאָזירער וועט אי׳ה, מיטן רבינס זכות, געבוירן ווערן אַ זון. כּך־הווה. דער רבי איז שוין אַפֿילו דעמאָלט אויפֿן עולם־האמת געווען, נאָר זײַן הבֿטחה איז מקוים געוואָרן. (ער איז מסתּמא ׳דאָרטן׳ אַ גוטער בעטער געווען‟. ווען דאָס קינד איז געבוירן געוואָרן, האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן נאָכן רבין „ישׂראל־בער‟, און פֿונעם רבינס זאָקן האָט מען אים געמאַכט אַ לײַבעלע.
געוויינטלעך אין שטעטל איז איבערגעגעבן געוואָרן בירושה, פֿון דור צו דור, דער קינסטלערישער טאַלאַנט. קלעזמערײַ, למשל, האָט זיך געהאַלטן אין איין משפּחה. אויך די ייִדן, געבוירענע קינסטלער, האָבן געשטאַמט פֿון איין משפּחה. פֿון וואַנען איז רוחמובֿסקי אײַנגעפֿאַלן צו ווערן אַ גאָלדשמיד? זײַן טאַטע האָט מען גערופֿן „חאַצקל דער גאָלדשמיד‟, אָבער די איינציקע מלאָכה זײַנע איז באַשטאַנען פֿון מאַכן פֿינגערלעך פֿון זילבער און מעש פֿאַר די פּויערטעס. אַמאָל האָט ער צוגעגעבן אַ קאָלירט שטיקל גלאָז פֿון אויבן און דאָס האָט שוין בײַ אים געהייסן „קרייאָווניק‟, אַן אבֿן־טובֿ.
דער יונגער ישׂראל האָט אָנגעהויבן צייכענען און מאָלן נישט מיט קיין פֿעדער אָדער בלײַער, נאָר מיט וואַקס. ווי ער איז אַרויס פֿון זײַן אָרעמקייט און געוואָרן אַ גאָלדשמיד מיט קונסטווערק אינעם „לוּוור‟, איז אַ לאַנגע, אָבער שיינע מעשׂה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.