דאָס שרײַבן קען זײַן אַן עלנטע, אומעטיקע באַשעפֿטיקונג. דער שרײַבער זיצט אַליין פֿאַרטיפֿט אין זײַנע מחשבֿות, אָפּגעריסן פֿון דער וועלט. דאָס מינדסטע גערויש קען שטערן זײַן אַרבעט: די מוזיק פֿון אַ שכן, דאָס טראָמבען פֿון אַן אויטאָ, דאָס געלעכטער פֿון קינדער. מאַרסעל פּרוסט האָט געדאַרפֿט פֿאַרדעקן זײַנע ווענט מיט קאָרק, כּדי דער רעש פֿון די פּאַריזער גאַסן זאָל אים ניט שטערן. דער שרײַבער קען אויך זיצן יאָרן לאַנג פֿאַרן ליידיקן פּאַפּיר אָן דעם, אַז עס זאָל אים אײַנפֿאַלן וואָס צו שרײַבן; אַ “שרײַב-בלאָקאַדע” הייסט עס בײַ די דײַטשן. נעמט, למשל, דעם גרויסן אַמעריקאַנער ראָמאַניסט פֿ. סקאַט פֿיצדזשעראַלד, אָדער דעם ייִד הענרי ראָט, וואָס האָט יונגערהייט אָנגעשריבן דעם קלאַסיקער “רוף עס שלאָף” און דערנאָך 45 יאָר געוואַרט אויף מער אינספּיראַציע. נישט קיין וווּנדער, וואָס אַזוי פֿיל שרײַבער ווערן אַלקאָהאָליקער, משוגעים, און זעלבסטמערדער.
די דאָזיקע פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעם האָט געשאַפֿן דאָס באַדערפֿעניש פֿאַרן ליטעראַרישן קאַפֿע. דאָרט קען מען זיך פֿאַרנעמען מיט שרײַבערײַ און פֿאָרט ניט אַראָפּגיין פֿון זינען; ווײַל אַז מע קוקט זיך אַרום, אָדער נעמט אַ זופּ אַ טעפּעלע קאַווע, אָדער מע כאַפּט אַ בליק אין דער צײַטונג, פֿילט מען די מענטשן און דאָס לעבן אַרום זיך און מען איז ניט אַליין. אמת, ס׳איז ניט אַזוי שטיל ווי בײַ פּרוסט אין דער היים, אָבער מען געוווינט זיך צו צו דעם און ס׳איז פֿאָרט בעסער ווי ווערן אַ נזיר, אַ פּרוש. דערפֿאַר איז כּמעט די גאַנצע וועלט־ליטעראַטור אַרויסגעגאַנגען פֿון די קאַפֿעען זינט די טערקן האָבן אין 17טן י”ה אײַנגעפֿירט אין אייראָפּע די דאָזיקע וויכטיקע קולטור־אינסטיטוציע.
הײַנט איז דאָ די אינטערנעץ, קען מען זיך גלײַך דערוויסן וועגן די לעצטע וועלט־געשעענישן נאָך איידער זיי האָבן פּאַסירט. אָבער אַ מאָל, ווען מע האָט געשלעפּט די פּאָסט מיט פֿערד און וואָגן און איין צײַטונג האָט געדינט פֿאַר אַ גאַנצער שטאָט — וווּ האָבן די שרײַבער געקענט הערן די נײַעס, ווען ניט אינעם קאַפֿע? ער איז געווען זייער סאָציאַלער מיטלפּונקט און דער קאָמוניקאַציע־צענטער פֿון זייער וועלט.
די ייִדישע ליטעראַטור האָט אויך אין אַ היפּשער מאָס געלעבט פֿון קאַווע. ס’רובֿ שרײַבער אונדזערע זײַנען דאָך געווען האָרעפּאַשניקעס, שטיוול־מאַכער און הויזמאָלער, וואָס האָבן אָפֿט פֿאַרבראַכט אַ גאַנצן טאָג אויף די פֿיס אָדער אין שאַפּ, איידער זיי האָבן זיך אַוועקגעזעצט שרײַבן. אָן קאַווע וואָלטן זיי גלײַך אַנטשלאָפֿן געוואָרן און די צײַטונגען וואָלטן ניט געהאַט וואָס צו דרוקן. און וווּ האָבן די שרײַבער געזאָלט באָרגן אַ פּאָר דאָלאַר פֿון אַ חבֿר אָדער פֿאַר אים אויסגיסן דאָס ביטערע האַרץ? דער קאַפֿע האָט געדינט ווי אַ מין שרײַבער־הילף־אָרגאַניזאַציע מיט קאָלעקטיווער פּסיכאָטעראַפּיע.
דער פּראָזאַיִקער לאַמעד שאַפּיראָ האָט אין 1911 געעפֿנט אַ רעסטאָראַן אין ניו־יאָרק, וווּ ייִדישע שרײַבער, זײַנע פֿרײַנד, האָבן פֿאַרבראַכט די אָוונטן. ס׳איז געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער און אַ שטיקל חיונה פֿאַר שאַפּיראָ אַליין; נאָר צום סוף האָט דער רעסטאָראַן זיך פֿאַרמאַכט, ווײַל די שרײַבער האָבן די גאַנצע צײַט געפּלאַפּלט און זעלטן עפּעס באַשטעלט צו עסן. ייִדישע אַקטיאָרן פֿלעגן לאַנגע יאָרן זיך טרעפֿן מיט ייִדישע שרײַבער אין דעם באַרימטן “קאַפֿע ראָיאַל”, וואָס האָט זיך געפֿונען לעבן מאָריס שוואַרצס ייִדישן קונסט־טעאַטער; אָבער דער קאַפֿע האָט זיך אויך פֿאַרמאַכט אין 1945. די אָרעמקייט און קמצנות פֿון די ייִדישע שרײַבער האָבן רעלאַטיוו פֿרי געפֿירט צום אונטערגאַנג פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן קאַפֿע, נאָך איידער אַ סך שרײַבער, ווי גראַדע און באַשעוויס, האָבן אַפֿילו געהאַט אָנגעשריבן זייערע גרעסטע ווערק.
און הײַנט — דער מצבֿ איז ביטער. הײַנט פֿילט דער ייִדישער שרײַבער זייער שאַרף דעם דוחק אין אַ געהעריקן ייִדישן קאַפֿע, אין אַ היימיש אָרט צו אַרבעטן, וואָס זאָל נאָך האָבן אין זיך אַ ביסל ייִדישע נשמה. ער זיצט אין אַ “סטאַרבאָקס” אָדער אין אַן אַנדער קאַפֿע פֿון דעם סאָרט; עס שפּילט די מאָדערנסטע מוזיק און די לופֿט איז אָנגעלאָדן מיט גוייִשקייט. מע באַשטעלט נאָר “לאַטעס” מיט “מאָקאַס” מיט “פֿראַפּוטשינאָס” (פֿאַר אַ נאָרמאַלער קאַווע דאַרף ער גיין אין מעקדאָנאַלדס). יונגע־לײַט מאַכן געשעפֿט־אינטערוויוען, שיינע מיידלעך רעדן מיט זייערע חבֿרטעס און לאָזן אים ניט אַרבעטן. ער טאָר ניט רייכערן, ניט טרינקען קיין משקא, ניט רעדן הויך, ווי זײַן שטייגער — אַניט וועט דער “באַריסטאַ”, דער קאַווע־סאַרווער, אים בעטן זייער העפֿלעך אַרויסצוגיין. נאָך דערצו דאַרף ער וואַרטן אין דער ריי אַ האַלבע שעה און שמועסן מיט די אייראָפּעיִשע טוריסטן, כּדי אַרײַנצוגיין אין וואַשצימער.
אַזוי קען דער ייִדישער שרײַבער ניט אַרבעטן ווײַטער. די גוייִשע אַטמאָספֿער פֿאַרטעמפּט זײַן מוח, זײַן גוף ווערט פֿאַרדאַרט; דאָס עסן האָט ניט קיין טעם, ער פֿאַרלירט דעם חשק צו לעבן. און פֿון הערן אַזוי פֿיל ענגליש ווערט אויך קאַליע זײַן ייִדישער סטיל; אין זײַנע רייד הערן זיך כּל־מיני אַנגליציזמען און אויסדרוקן מיטן פֿאַרדרייטן ענגלישן סינטאַקס. די האַנט ציטערט בײַם שרײַבן פֿון טרינקען אַזוי פֿיל קאַווע און פֿון דעסטוועגן געפֿינט ער ניט די ריכטיקע ווערטער.
דער ייִדישער שרײַבער נייטיקט זיך שטאַרק אין אַן אמתן ייִדישן ליטעראַרישן קאַפֿע, ווי ס׳איז אַ מאָל געווען, וווּ דער קרעטשמער באַגריסט אים מיט אַ ברייטן שלום־עליכם און עס ליגן צײַטונגען אויף די גרויסע הילצערנע טישן. דאָרט שפּילט מען ניט די נײַסטע שלאַגערס, נאָר די אַלטע טעאַטער־לידער, און אַ ביסל חזנות. אויף די ווענט הענגען בילדער פֿון גרויסע ייִדישע שרײַבער, פֿון אַמאָליקע פּאָליטישע דענקער און רבנים; אויף איין זײַט — דער ווילנער גאון, און אויף דער צווייטער — דער אַלטער רבי; אויף איין זײַט אחד־העם, אויף דער צווייטער — דר. חיים זשיטלאָווסקי.
אונטן שטייען פּאָליציעס מיט ייִדישע ביכער און ספֿרים: גאַנץ שלום־עליכם און פּרץ, פֿאַרשטייט זיך, אויך מאָדערניסטישע פּאָעזיע, אַלטע סידורים פֿאַרן מנין וואָס טרעפֿט זיך דאָרט, און “דאָס קאַפּיטאַל” פֿאַרן לייענקרײַז וואָס לערנט יעדן אָוונט סאָציאַליזם אויף ייִדיש. פֿון דער קיך הערט מען ווי דער קרעטשמער און דער קוכער שרײַען כּסדר איינער אויפֿן צווייטן, און אין אַ ווינקל זיצט אַן אַלטער ייִד וואָס זאָגט תּהילים, אָדער אפֿשר רעדט ער פּשוט צו זיך אַליין.
אין אַזאַ אָרט קען דער ייִדישער שרײַבער זיך אַוועקזעצן באַקוועם מיט אַ טעפּל קאַווע און אַרבעטן געשמאַק. אַז ער פֿאַרגעסט אַ וואָרט, קוקט ער אַרײַן אין די ווערטערביכער אויף דער אייבערשטער פּאָליצע, אָדער ער פֿרעגט אַ שכן. ווען ער האָט פֿאַרענדיקט אַ מעשׂה, לייענט ער זי פֿאָר און די אַנדערע רופֿן זיך אָפּ, פֿאַר וואָס די מעשׂה טויג ניט. אַזוי איז דער אַלטער ייִדישער קינסטלערישער פּראָצעס, וואָס איז ווערט מער ווי אַלע דיפּלאָמען אין “קרעאַטיווער שרײַבערײַ”.
דער לייענער קען אפֿשר מיינען, אַז איך שרײַב דאָס ניט ערנסט, נאָר אויף קאַטאָוועס — אָבער ניין! ניט נאָר איך, נאָך עטלעכע מענטשן טראַכטן אויך פֿון עפֿענען אַזאַ מין ייִדישן קאַפֿע און רעסטאָראַן. איך קען אַ חסידישן ייִד, אַ טאַלאַנטירטן קוכער, וואָס חלומט שוין לאַנג דערפֿון און זוכט נאָר דעם גבֿיר, וואָס זאָל אינוועסטירן די קליינטשיקע סומע צו דינגען אַ לאָקאַל אין צפֿון־וויליאַמסבורג, אָדער אין דעם “ווילעדזש”. אפֿשר וועט דער ייִדישער שרײַבער, סוף־כּל־סוף, געפֿינען אַ נײַע היים?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.