„ייִדן, איר זענט פֿרײַ!‟

"Jews, You’re Free!"

הרבֿ הערשל שעכטער
הרבֿ הערשל שעכטער

Published March 28, 2013, issue of March 29, 2013.

הרבֿ הערשל שעכטער, איינער פֿון די אָנגעזעענסטע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און דער ערשטער גײַסטיקער פֿירער צו באַגריסן די קאַצעטן אין בוכענוואַלד, דײַטשלאַנד, נאָך דער באַפֿרײַונג, איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך ניפֿטר געוואָרן אין ריווערדייל, ניו־יאָרק, אין עלטער פֿון 95 יאָר.

הרבֿ הערשל שעכטער פֿירט אָן מיטן דאַווענען, שבֿועות, פֿאַר די לעבן־געבליבענע אין בוכענוואַלד, אין 1945
Yad Vashem
הרבֿ הערשל שעכטער פֿירט אָן מיטן דאַווענען, שבֿועות, פֿאַר די לעבן־געבליבענע אין בוכענוואַלד, אין 1945

דעם 11טן אַפּריל 1945, אַ שעה נאָך דעם ווי די „דריטע אַרמיי‟ פֿונעם אַמעריקאַנער גענעראַל דזשאָרדזש פּאַטאָן האָט באַפֿרײַט בוכענוואַלד, האָט הרבֿ שעכטער, אַ גײַסטיקער פֿירער אין דער „דריטער אַרמיי‟, גלײַך באַשטעלט אַ דזשיפּ און שאָפֿער, און געפֿאָרן אין בוכענוואַלד.

מיט יאָרן שפּעטער האָט שעכטער דערציילט ווי זײַנע אויגן האָבן דעמאָלט ממש געברענט פֿונעם רויך פֿון די קרעמאַטאָריעס, און ווי טיף דערשיטערט ער איז געווען, דערזעענדיק הונדערטער קערפּערס אומעטום.

חדשים לאַנג איז ער פֿאַרבליבן אין בוכענוואַלד, געגעבן שטיצע די לעבן־געבליבענע און אָנגעפֿירט מיטן דאַווענען אין אַ געוועזענעם נאַציסטישן פֿאַרווײַלונג־זאַל. מיט דער צײַט האָט ער אויך געהאָלפֿן געפֿינען אַ היים פֿאַר טויזנטער ייִדן.

פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק האָט הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַו, דער געוועזענער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ פֿון ישׂראל, דערמאָנט שעכטערס אויפֿטוען, בעת אַ שמועס מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אין „יד־ושם‟.

אין בוכענוואַלד יענעם אַפּריל־טאָג, איז שעכטער אַרײַן אין איינעם פֿון די באַראַקן, און דערזען ווי מאַנצבילן ליגן אויף האַרטע הילצערנע נאַרעס, איינער איבערן אַנדערן, פֿון דער פּאָדליגע ביז דער סטעליע. זיי האָבן באַקוקט דעם מענטש מיטן מיליטערישן אוניפֿאָרם מיט דערשראָקענע אויגן.

„שלום־עליכם, ייִדן, איר זענט פֿרײַ!‟ האָט הרבֿ שעכטער אויסגעשריגן אויף ייִדיש. ער איז געלאָפֿן פֿון איין באַראַק ביזן צווייטן, און איבערגעחזרט די זעלבע ווערטער.

פֿאַרבײַגייענדיק אַ קופּע מתים, האָט ער פּלוצלינג דערזען ווי אַ קינד באַהאַלט זיך דאָרט. מיט יאָרן שפּעטער האָט דאָס קינד, בעת אַן אינטערוויו מיט דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, געזאָגט: „איך האָב שוין פֿון פֿריִער דערקענט די אוניפֿאָרמען פֿון דער ׳עס־עס׳ און דער ׳געסטאַפּאָ׳, און מיר האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז די נײַע אוניפֿאָרם איז פֿון אַ נײַעם מין שׂונא.‟

מיט טרערן אין די אויגן האָט דער רבֿ געהאָלפֿן דעם קינד אויפֿשטיין. „ווי הייסטו, ייִנגעלע?‟ האָט ער אויף ייִדיש געפֿרעגט.

„לאָלעק.‟

„און ווי אַלט ביסטו?‟

„וואָס איז דער אונטערשייד?‟ האָט דער 7־יאָריקער לאָלעק געענטפֿערט.

הרבֿ שעכטער האָט אַנטדעקט כּמעט טויזנט אַנדערע ייִדישע יתומים אין בוכענוואַלד. ער און אַ קאָלעגע, הרבֿ ראָבערט מאַרקוס, האָבן געהאָלפֿן אָרגאַניזירן דאָס איבערפֿירן אַ צאָל יתומים (אַרײַנגערעכנט לאָלעק און דעם יונגן אלי וויזעל) קיין פֿראַנקרײַך. אַנדערע האָט מען באַזעצט אין דער שווייץ און ארץ־ישׂראל.

יאָרן לאַנג האָט שעכטער נישט אויפֿגעהערט צו טראַכטן וועגן זײַן צײַט אין בוכענוואַלד און וועגן די קשיות, וואָס די לעבן־געבליבענע האָבן אים שטענדיק געשטעלט. בעת אַן אינטערוויו מיט דער „איי־פּי‟ אין 1981, האָט ער געזאָגט: „זיי האָבן מיך געהאַלטן אין איין פֿרעגן: ׳צי ווייסט די וועלט וואָס איז מיט אונדז געשען?׳‟

הרבֿ שעכטער איז געבוירן געוואָרן אין בראַונזוויל, ברוקלין אין 1917, דער ייִנגסטער פֿון 10 קינדער, בײַ פּויליש־ייִדישע עלטערן. ער האָט גראַדויִרט פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט, און געקראָגן זײַן סמיכה פֿון הרבֿ יוסף־בער סאָלאָווייטשיק.

נאָכן באַפֿרײַט ווערן פֿון דער אַרמיי, איז הרבֿ שעכטער געוואָרן דער גײַסטיקער פֿירער פֿונעם „מאָשאָלו ייִדישן צענטער‟ אין צפֿון־בראָנקס ביז די שיל האָט זיך געשלאָסן אין 1999. ער האָט אויך געדינט ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער „פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ פֿון די הויפּט ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟; געקעמפֿט און זייער פֿיל אויפֿגעטאָן פֿאַר די רעכט פֿון די סאָוועטישע ייִדן פֿרײַ אַרויסצופֿאָרן און עולה זײַן קיין ישׂראל. ער איז אויך געווען אַן עצה־געבער פֿונעם פּרעזידענט ריטשאַרד ניקסאָן.

הרבֿ שעכטער האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי, פּנינה; אַ זון, הרבֿ יעקבֿ שעכטער; אַ טאָכטער, מרים; פֿיר אייניקלעך, און אַכט אור־אייניקלעך.

און וואָס איז געוואָרן פֿון לאָלעק, דעם יתום וואָס הרבֿ שעכטער האָט אים געראַטעוועט יענעם טאָג פֿון בוכענוואַלד? מיט דער צײַט האָט ער זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל, און שפּעטער געוואָרן הרבֿ ישׂראל־מאיר לאַו…