די ישׂראלדיקע זיכערהייט-כּוחות האָבן דאָנערשטיק, דעם 28סטן מאַרץ, איבערגעגעבן, אַז במשך פֿון די לעצטע צוויי חדשים האָבן זיי אַרעסטירט בערך 50 פּאַלעסטינער, וועלכע זענען פֿאַרדעכטיקט אינעם שטיצן אַ טעראָריסטישע גרופּע אויפֿן מערבֿ-ברעג, אינעם דאָרף בית-פֿאַדזשאַר. מע איז חושד, אַז די דאָזיקע גרופּע, פֿאַרבונדן מיט „פֿאַטאַך‟ און „טאַנזים‟, האָט אין פֿעברואַר באַוואָרפֿן מיט פֿײַער-פֿלעשער די ייִשובֿים אינעם בלאָק גוש־עציון און באַשאָסן דעם קיבוץ מגדל-עוז מיט אימפּראָוויזירט געווער.
דער „שין-בית‟, בשותּפֿות מיט דער ישׂראלדיקער אַרמיי און פּאָליציי, האָט דורכגעפֿירט אַ לאַנגע סעריע אָבלאַוועס, במשך פֿון מער ווי אַ חודש. פֿינף אַרעסטירטע הויפּטן פֿון דער גרופּע זענען יונגע-לײַט פֿון 24 ביז 32 יאָר אַלט. דער „שין-בית‟ האָט איבערגעגעבן, אַז די אַרעסטירטע האָבן זיך מודה געווען בעת די פֿאַרהערן און געזאָגט, אַז זיי האָבן פּלאַנירט צו באַשיסן נאָכאַמאָל די ייִשובֿים אינעם ראַיאָן גוש-עציון. בעת די אָבלאַוועס, האָט מען קאָנפֿיסקירט זעקס אַליין-געמאַכטע ביקסן און אַ פֿאַלשע באָמבע.
אַ מיליטעריש געריכט אויפֿן מערבֿ־ברעג האָט פֿאָרמעל באַשולדיקט די אַרעסטירטע אין אַ ריי פֿאַרברעכנס: אינעם באַשיסן אַ מענטש, מאַכן אַ געווער, וואַרפֿן אַ ברענענדיקן אָביעקט און מיטגלידערשאַפֿט אין אַן אומלעגאַלער אָרגאַניזאַציע. דער „שין-בית‟ האָט באַמערקט, אַז די טעראָריסטישע טעטיקייט אינעם דאָרף בית-פֿאַדזשאַר, נישט ווײַט פֿון בית-לחם, איז לעצטנס שטאַרק געשטיגן.
אינעם זעלבן טאָג, דעם 28טן מאַרץ, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי איבערגעגעבן, אַז מיט אַ טאָג פֿריִער האָט זי געכאַפּט פֿינף „כאַמאַס‟-אַקטיוויסטן אין חבֿרון. די פּאַלעסטינער זיכערהייט-כּוחות האָבן איבערגעגעבן, אַז צווישן די אַרעסטירטע איז געווען דער געזעצגעבער מאָכאַמעד דזשאַמאַל נאַטשע און פֿיר אָרטיקע פֿירער.
די ישׂראלדיקע זיכערהייט-אינסטאַנצן האָבן שוין עטלעכע מאָל אַרעסטירט פּאַלעסטינער דעפּוטאַטן פֿאַר דעם, וואָס זיי געהערן צו אַ מיליטאַנטישער איסלאַמיסטישער פּאַרטיי, וועלכע ווערט פֿאַררעכנט ווי אַ טעראָריסטישע גרופּע אין ישׂראל און אין די מערבֿדיקע לענדער. „כאַמאַס‟ האָט געוווּנען ס׳רובֿ ערטער אינעם פּאַלעסטינער פּאַרלאַמענט, בעת די וואַלן פֿונעם יאָר 2006. ווען „כאַמאַס‟ האָט איבערגענומען די מאַכט אינעם עזה־פּאַס פֿון דער „פֿאַטאַך‟־פּאַרטיי, אָנגעפֿירט דורכן פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס, אין 2007, האָט דער פּאַרלאַמענט אויפֿגעהערט צו פֿונקציאָנירן, צוליב דער טעריטאָריאַלער צעשפּאַלטונג צווישן דעם מערבֿ־ברעג און עזה־פּאַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.