מיט 80 יאָר צוריק האָט די דײַטשישע „ווײַמאַר‟-רעפּובליק, צו ביסלעך, אָנגעהויבן זיך פֿאַרוואַנדלען אין היטלערס נאַצי-דיקטאַטור, צוליב אַ נײַער קאָנסטיטוציע-הוספֿה — אָנגענומען דעם 23סטן מאַרץ, אינעם יאָר 1933 — וועלכער האָט געגעבן דעם מיניסטער-קאַבינעט אײַנצופֿירן אייגענע געזעצן אומאָפּהענגיק פֿונעם פּאַרלאַמענט. אין אַ יאָר אַרום האָט היטלער, בײַם אָנהייב, דער קאַנצלער, פֿאַקטיש איבערגענומען די גאַנצע מאַכט אין זײַנע הענט, אויסנוצנדיק אַזעלכע טיפּישע דעמאַגאָגישע מיטלען, ווי באַשולדיקונגען פֿון זײַנע אָפּאָנענטן אין „פֿרעמדע השפּעות‟ און „טעראָריזם‟, כּדי צו באַגרענעצן אַלץ מער און מער די בירגערלעכע רעכט — כּלומרשט, צוליב דער זיכערהייט פֿונעם פֿאָלק.
הילטערס פּאָליטישע טעטיקייט האָט זיך אָנגעהויבן אין בײַערן — אַ שטאַט אין דײַטשלאַנד, וווּ עס האָבן געברויזט שטאַרקע בונטאַרישע שטימונגען. מיט זײַן בײַערישן אַקצענט און ליבשאַפֿט צו דער אָרטיקער קולטור, האָט דעם קומענדיקן דיקטאַטאָר זיך אײַנגעגעבן צוצוציִען אַ סך אָרטיקע תּושבֿים. אינעם יאָר 1919 האָט אָבער אין בײַערן געהערשט גאָר אַן אַנדער מין פּאָליטיק, אין וועלכער עס האָבן געשפּילט די שליסל-ראָלעס אַ גאַנצע ריי ייִדן.
קורט אײַזנער, אַ בערלינער ייִד, האָט אָרגאַניזירט דעם ערשטן שטאַפּל פֿון דער דײַטשישער רעוואָלוציע, בעת וועלכער מע האָט אַראָפּגעוואָרפֿן די קיניגלעכע מאַכט — לכּבֿוד דעם ערשטן יאָרטאָג פֿון דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער, איז אײַזנער דערמאָרדעט געוואָרן אויף אַ מינכענער גאַס דורך אַנטאָן אַרקאָ-וואַליי — אויך אַ ייִד, וועלכער האָט געשטיצט דעם דײַטשישן נאַציאָנאַליזם.
דעם 6טן אַפּריל, אינעם יאָר 1919, האָט ערנסט טאָלער, ייִד פֿונעם פּוילישן שטעטל שאַמאָצין, צוזאַמען מיט אַ צאָל אַנדערע לינקע רעוואָלוציאָנערן, דערקלערט די ראַדיקאַל-סאָציאַליסטישע „בײַערישע ראַטן-רעפּובליק‟. זײַענדיק אַ באָהעמישער אַנאַרכיסטישער פּאָעט און דראַמאַטורג, האָט ער געמאָלדן, אַז אין בײַערן קומט פֿאָר „אַ רעוואָלוציע פֿון ליבע‟. די בײַערישע רעוואָלוציע איז טאַקע דורכגעפֿירט געוואָרן, בדרך-כּלל, אויף אַ פֿרידלעכן אופֿן.
טאָלער איז אָבער נישט געווען אַ געראָטענער פּאָליטיקער; דערפֿאַר האָבן די קאָמוניסטן, בראָש מיט יעווגעני לעווינע, אַ ייִד פֿון פּעטערבורג, איבערגענומען די מאַכט אין בײַערן מיט אַ חודש שפּעטער, און אָנגעהויבן אַקטיוו אײַנפֿירן סאָציאַליסטישע רעפֿאָרמען. די הויפּט-דענקער פֿון דער פּראָקלאַמירטער בײַערישער ראַטן-רעפּובליק זענען געווען צוויי פּראָמינענטע דײַטשיש-ייִדישע אַנאַרכיסטן — גוסטאַוו לאַנדאַוער און עריך מיזאַם.
דער עקספּערימענט האָט נישט געדויערט לאַנג. די אַנטי-קאָמוניסטישע כּוחות האָבן אַטאַקירט מינכן, דערהרגעט מער ווי אַ טויזנט קאָמוניסטן נאָך אַ ביטערן גאַסן-קאַמף, און צעשטערט די סאָציאַליסטישע רעפּובליק. הילטער האָט שפּעטער אויסגענוצט דעם בונטאַרישן ענטוזיאַזם אין בײַערן און אָנגעווענדט דעם כּעס פֿון די אָרטיקע מאַסן, דורך זײַן כאַריזמאַטישער רעטאָריק, אויף די פֿריִערדיקע ייִדישע רעוואָלוציאָנערן. אַלע דערמאָנטע מענטשן, צוזאַמען מיט אַ סך אַנדערע, זענען דערהרגעט געוואָרן.
עריך מיזאַם — אַ פּאָעט, דראַמאַטורג, אַנאַרכיסטישער דענקער און איינער פֿון די הויפּט-אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער בײַערישער ראַטן-רעפּובליק — איז געווען איינער פֿון שאַרפֿסטע קריטיקער פֿון היטלערן. אין זײַנע ווערק, באַשרײַבט ער אויף אַן אוניקאַל פּערזענלעכן אַנאַליטישן אופֿן, ווי אַזוי די נאַצי־באַוועגונג האָט זיך אַנטוויקלט, און פֿאַרוואָס די בײַערישע דײַטשן האָבן פֿאַרלאָזט די לינקע אידעען. די זעלבע מענטשן, וועלכע האָבן געקעמפֿט פֿאַר די פּראָגרעסיווע אינטערנאַציאָנאַליסטישע אידעען, האָבן פּלוצעם זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַנטיסעמיטישע פֿאַשיסטן.
נישט לאַנג צוריק, האָט געבריעל קון, אַ פּאָליטישער שרײַבער און פֿאָרשער, אַרויסגעגעבן אַ באַנד פֿון מיזאַמס אויסגעקליבענע ווערק, איבערגעזעצט אויף ענגליש. קון איז געבוירן געוואָרן אין עסטרײַך און וווינט איצט אין שוועדן. זײַנע ביכער זענען געווידמעט פֿאַרשיידענע אַמאָליקע און הײַנטצײַטיקע ראַדיקאַלע גרופּעס און באַוועגונגען.
צוליב דעם נײַעם בוך, קאָנען די ענגלישע לייענער זיך באַקענען מיט מיזאַמס קאָלירפֿולער פּערזענלעכקייט — פֿון זײַנע פּרוּוון צו פֿירן רעוואָלוציאָנערע אַגיטאַציע צווישן היימלאָזע וואָגלער, ביז אינטימע עקספּערימענטן מיט ווילדע אָנהענגערינס פֿון פֿרײַער ליבע. צום מערסטן אינטערסאַנט און וויכטיק זענען אָבער, מסתּמא, זײַנע זכרונות און אַנאַליטישע עסייען וועגן דעם, ווי אַזוי דער בײַערישער ציבור האָט פּלוצעם געביטן די פּאָליטישע פּאָזיציע אין אַ דיאַמעטראַל-פֿאַרקערטער ריכטונג.
מיזאם — אַ שאַרפֿער דענקער און אַ געניטער טוער — האָט חוזק געמאַכט פֿון היטלערן און געמיינט, אַז די מאַסן וועלן אים באַלד פֿאַרלאָזן — פּונקט אַזוי, ווי זיי האָבן פֿאַרלאָזט די לינקע רעוואָלוציאָנערן. אין דעם פֿאַלן, האָט ער אָבער געמאַכט אַ ביטערן טעות. נאָך יאָרן תּפֿיסה, וווּ ער האָט כּסדר געליטן פֿון פּײַניקונגען און איזדיעקענישן, איז מיזאַם אומגעקומען אינעם קאָנצערנטראַציע-לאַגער אין אָריענבורג — באַלד נאָכדעם, ווי זײַן פּאָליטישער אָפּאָנענט, הילטער, האָט פֿולשטענדיק איבערגעכאַפּט די מאַכט אין 1934.
געבריעל, דײַן פֿריִערדיקע זאַמלונג פֿון לאַנדאַוערס ווערק איז זייער וויכטיק פֿאַר יעדן מענטש, וואָס אינטערעסירן זיך מיט דער געשיכטע פֿון ייִדישע לינקע באַוועגונגען. מיזאַם איז אָבער מער באַקאַנט ווי אַ באַרימטער דײַטשישער אַנאַרכיסט. צי מיינסטו, אַז זײַן ייִדישער אָפּשטאַם איז רעלעוואַנט?
איך בין זיכער, אַז ס׳איז זייער רעלעוואַנט, ציליב אַ צאָל סיבות. אין יענער צײַט וואָלט געווען אוממעגלעך פֿאַר ייִדן צו וווינען אין דײַטשלאַנד און נישט פֿאַרטראַכטן זיך וועגן זייער ייִדישקייט, און דאָס האָט זיכער שטאַרק געווירקט אויף מיזאַמס פּערזענלעכקייט. הגם אין זײַנע אוניווערסאַלע אַנאַרכיסטישע אידעאַלן האָבן די קולטורעלע אידענטיטעטן נישט געשפּילט קיין ראָלע, איז ער נישט איין מאָל אויפֿגעטראָטן קעגן אַנטיסעמיטיזם — למשל, אין זײַנע אַרטיקלען וועגן דער ראָלע פֿון די ייִדישע רעוואָלוציאָנערן אין דער בײַערישער ראַטן-רעפּובליק און וועגן דעם געריכט-פּראָצעס קעגן בייליסן.
ווי אַזוי איז געשען, אַז דער עולם אין בײַערן האָט אַזוי גיך געביטן זייערע פּאָליטישע פּאָזיציעס?
איך האַלט, און מיזאַמס זכרונות ווײַזן אָן קלאָר אויף דעם, וואָס אַ סך דײַטשן האָבן זיך געפֿילט שטאַרק אויפֿגערעגט נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה. זיי האָבן אויך געמיינט, אַז דער קײַזער האָט זיי פֿאַרראַט. אַ סך מענטשן, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין רעוואָלוציאָנערע פּראָטעסטן, האָבן נישט געהאַט קיין קלאָרע פּאָליטישע דעות און פּשוט געפֿאָלגט וועלכן-ניט-איז כּוח, אויב ער האָט פֿאַר זיי אויסגעזען צום מערסטן רעוואָלוציאָנער. די מעשׂה איז מער קאָמפּליצירט, נאָר איך האַלט, אַז אַזאַ מצבֿ העלפֿט צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַ סך פּראָגרעסיווע מאַסן-באַוועגונגען אין דער געשיכטע האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין רעאַקציאָנערע.
מיזאַם איז אויף עטלעכע יאָר אַרויס פֿון תּפֿיסה אין דעצעמבער 1924 — ווײַל מע האָט דעמאָלט דערקלערט אַן אַמניסטיע פֿאַר פּאָליטישע אַרעסטאַנטן — דער עיקר, כּדי צו באַפֿרײַען הילטערן און זײַנע געהילפֿן. סאַראַ טראַגישע איראָניע…
מיזאַם שרײַבט אין זײַן טאָגבוך, זיצנדיק אין תּפֿיסה, ווען די נאַצי-באַוועגונג האָט ערשט גענומען זיך פֿאָרמירן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די נאַיִווע און נאַרישע נאַציס, זענען די רעוואָלוציאָנערן געווען, בדרך-כּלל, גוט און יושרדיק אָרגאַניזירט. להיפּוך, קומט הילטערס כּוח בלויז פֿון זײַן רעטאָרישן טאַלאַנט און פֿעיִקייט צו מאַכן אַן אײַנדרוק.
יעדער מאָל ווען איך לייען אָט-די שורות, כאַפּט מיך אַ קאַלטער ציטער. די געשיכטע האָט זיך ביטער אויסגעשפּילט; אין צען יאָר שפּעטער האָבן די „עס-עס‟-זעלנער אומגעבראַכט מיזאַמען — מעגלעך, לויט היטלערס דירעקטן באַפֿעל. מיזאַם און היטלער רעפּרעזענטירט די דיאַמעטראַלע היפּוכים אין דעם, וואָס די דײַטשישער קולטור איז געווען און קאָן זײַן. ס׳איז האַרץ-רײַסנדיק, וואָס דווקא די צווייטע זײַט האָט אַזוי שרעקלעך געביטן דעם קורס פֿון דער וועלט-געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.