ניו־יאָרק. — נישט לאַנג צוריק, האָט דער „ביאַליסטאָקער מושבֿ-זקנים‟ באַשלאָסן אָנצונעמען דעם פֿאָרלייג מצד דער ניו-יאָרקער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע פֿאַררעכנט צו ווערן ווי אַ היסטאָרישער דענקמאָל. דער בנין אינעם נידער-מיזרחדיקן מאַנהעטן געפֿינט זיך אין אַ שוואַכן פֿיזישן און פֿינאַנציעלן מצבֿ. איצט, צוליב דעם דאָזיקן באַשלוס, מוז דער מושבֿ-זקנים לייזן די מאָראַלישע פּראָבלעם — ווי אַזוי צו באַצאָלן זײַנע מיטאַרבעטער זייערע לאַנג פֿאַרשפּעטיקטע שׂכירות.
גאַרי אַמבראָוז, אַ מיטגליד פֿונעם דירעקטאָראַט און דער פֿינאַנץ-פֿאַרוואַלטער פֿונעם „ביאָליסטאָקער הויז‟, האָט געזאָגט דער „קאָמיסיע פֿאַרן אָפּהיטן די היסטאָרישע דענקמעלער‟ אין פֿעברואַר, אַז די אינסטיטוציע נעמט אָן דעם פֿאָרלייג פֿון דער אַדמיניסטראַציע. די אָרטיקע אַקטיוויסטן, וועלכע האָפֿן אָפּצוהיטן דעם היסטאָרישן כאַראַקטער פֿונעם ראַיאָן, האַלטן, אַז דער אַלטער מושבֿ-זקנים, וועלכער איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין 1923, איז אַ וויכטיקער טייל פֿונעם שטאָטישן לאַנדשאַפֿט. צוזאַמען מיט די אָרטיקע שטאָטס-באַאַמטע, האָבן די אַקטיוויסטן זיך באַצויגן פּאָזיטיוו, אָבער מיט אַ ספֿק, צו אַמבראָוזעס ווערטער, וועלכער האָט געמאָלדן, אַז זיי פֿאַרשטייען זייער גוט און זענען נישט קעגן דעם געדאַנק אָפּצוהיטן דעם אַלטן בנין.
מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק האָט דער מושבֿ-זקנים זיך פֿאַרמאַכט, ווען די פֿאַרוואַלטער האָבן נישט געקאָנט באַצאָלן די מיטאַרבעטער זייערע שׂכירות. ביז איצט, האָט בלויז איין בוי־פֿירמע געמאַכט אַן ערנסטן פֿאָרשלאָג צו קויפֿן דאָס הויז — די „עגיז-גרופּע‟ (Aegis Group). צוערשט, האָט זי פֿאָרגעלייגט 17 מיליאָן דאָלאַר. אין יולי 2012 האָט מאַרגאַרעט טשין, אַ מיטגלידערין פֿונעם שטאָטס-ראַט, גוטגעהייסן דעם פּלאַן צו פֿאַררעכענען דעם בנין ווי אַ היסטאָרישן אָביעקט. ווען די פּאָטענציעלע קונים האָבן דערהערט די דאָזיקע ידיעה, האָבן זיי זיך אָפּגעזאָגט פֿונעם פֿאָרלייג.
אַ צאָל אַנדערע פּאָטענציעלע קונים האָבן געמאָלדן, אַז כּל-זמן דער סטאַטוס פֿונעם בנין איז נישט אינגאַנצן קלאָר, וועלן זיי נישט מאַכן קיין באַשלוסן, ווײַל אויב דער געוועזענער מושבֿ-זקנים ווערט אָפֿיציעל אָנערקענט ווי אַ היסטאָרישער דענקמאָל, וועט פֿאַר זיי זײַן אַ סך שווערער צו פֿאַרוואַנדלען דעם צעבראָכענעם בנין אין אַ געהעריק וווין-אָרט.
אַמאָל איז דער 90־יאָריקער צענטער פֿאַר אַלטע לײַט און אינוואַלידן, באַקאַנט ווי דער „ביאַליסטאָקער‟, געווען איינער פֿון די חשובֿסטע ייִדישער אינסטיטוציע אין דער מאַנהעטענער נידער-מיזרחדיקער זײַט. שוין עטלעכע צענדליקער יאָר האָט דער מושבֿ-זקנים אָבער געליטן פֿון פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען, און אינעם יאָר 2011 האָט ער מער נישט געקאָנט פֿונקציאָנירן, צוליב גרויסע חובֿות. דער דירעקטאָראַט האָט איבערגעגעבן, אַז זיי מוזן פֿאַרמאַכן די אינסטיטוציע, צווינגענדיק לכל-הפּחות 95 אײַנוווינער צו געפֿינען אַ נײַע היים.
לויט דער אָרטיקער צײַטונג „Villager‟, איז דער מושבֿ-זקנים, ווען ער איז פֿאַרשלאָסן געוואָרן, געווען שולדיק דעם געוועזענעם פּערסאָנאַל, און אויך אַ צאָל פֿירמעס און פֿאַרשיידענע רעגירונג-אַגענטור, אַ סומע פֿון 14 מיליאָן דאָלאַר. ווען דער דירעקטאָראַט האָט אָנגעהויבן פּרוּוון צו פֿאַרקויפֿן דעם בנין, האָבן זיי געבעטן 10 מיליאָן. ווען עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט די בשׂורה, אַז אַ פּאָטענציעלער קונה וועט, מעגלעך, צעשטערן דעם היסטאָרישן מושבֿ-זקנים, האָט זיך אינעם ראַיאָן אויפֿגעהויבן אַ כוואַליע פֿון קעגנערשאַפֿט מצד די אָרטיקע אײַנוווינער, וועלכע האָבן גערופֿן די שטאָטישע אינסטאַנצן אָפּצוהיטן דאָס היסטאָרישע אָרט.
נישט געקוקט אויף אַמבראָוזעס אומדערוואַרטן הסכּם, בלײַבט אָבער דער מצבֿ פֿונעם בנין אומקלאָר, ווײַל דער פֿינאַנץ-פֿאַרוואַלטער פֿונעם מושבֿ-זקנים האָט צוגעגעבן אַ לאַנגע צאָל תּנאָים, אָן וועלכע ער וואָלט נישט מסכּים געווען מיטן דענקמאָל־סטאַטוס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.