בונדיסטישע זכרונות אויף ייִדיש

Bundist Documentary in Yiddish

די פּאַרטיזאַנערקע, וולאַדקע מיד, דערציילט, ווי זי האָט געשאַפֿן קאָנטאַקטן, כּדי צו ברענגען עסן פֿאַר די ייִדן אין געטאָ, און שפּעטער — אויך געווער
די פּאַרטיזאַנערקע, וולאַדקע מיד, דערציילט, ווי זי האָט געשאַפֿן קאָנטאַקטן, כּדי צו ברענגען עסן פֿאַר די ייִדן אין געטאָ, און שפּעטער — אויך געווער

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 29, 2013, issue of March 29, 2013.

כ׳האָב די וואָך אַנטדעקט אויף דער אינטערנעץ אַן אמת יקר־המציות: אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, פּראָדוצירט אין יאָר 1987, וווּ די נאַראַציע און אינטערוויוען זענען אין גאַנצן אויף ייִדיש, אָן שום אונטערקעפּלעך.

נאָך מער טשיקאַווע: יענע אינטערוויוען, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אויף אַן אַנדערער שפּראַך (געוויינטלעך, העברעיִש אָדער ענגליש), ווערן פֿאַרדעקט מיט אַ ייִדישער נאַראַציע. מיט אַנדערע ווערטער — ס׳איז אַ פֿילם, וווּ ייִדיש איז די פֿאַרבינד־שפּראַך פֿון אַלע צוהערער.

דער 58־מינוטיקער פֿילם, „דער בונד: די האָפֿענונג און די פֿאַרגאַנגענהייט‟ [The Bund: The Hope and the Past], פּראָדוצירט דורך אַ ישׂראלדיקן פֿילמאָגראַף, דוד קדם (קאַדעם), דערציילט וועגן דער געשיכטע און די אויפֿטוען פֿונעם „ייִדישן אַרבעטער־בונד‟ אין רוסלאַנד און פּוילן; וועגן דער וואַקסנדיקער פּאָפּולאַריטעט פֿון שמעון דובנאָווס באַגריף פֿון „דאָיִקייט‟ (די וויכטיקייט פֿון אויפֿבויען אַ פֿולשטענדיקן לעבן סײַ ווי ייִדן, סײַ ווי בירגער פֿונעם אייגענעם לאַנד, אַנשטאָט צו „אַנטלויפֿן‟ קיין ישׂראל אָדער אַמעריקע); און ווי די נאַציס האָבן אַזוי שוידערלעך חרובֿ געמאַכט דעם 1,000־יאָריקן ייִדישן ייִשובֿ אין אייראָפּע, און דערבײַ געצוווּנגען די בונדיסטן זיך אָפּזאָגן פֿון דעם באַגריף „דאָיִקייט‟ און זיך באַזעצן אין אַנדערע לענדער.

דער רעזשיסאָר אינטערוויויִרט סײַ היסטאָריקער, סײַ בונדיסטישע לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, און זייערע רייד ווערן באַגלייט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס און נײַעס־אָפּשניטן, וואָס אילוסטרירן די וויכטיקע היסטאָרישע און קולטורעלע מאָמענטן פֿונעם „בונד‟, ווי, למשל, די צעשפּאַלטונג צווישן די בונדיסטן און קאָמוניסטן נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע, און די כּלערליי אופֿנים ווי אַזוי דער „בונד‟ האָט געהאָלפֿן די אָרעמע ייִדישע משפּחות, און בפֿרט די קינדער, אין די שטעט און שטעטלעך פֿון פּוילן און ליטע.

דער פֿילם הייבט זיך אָן און ענדיקט זיך מיט אַ באַנקעט אין ניו־יאָרק אין יאָר 1986, געווידמעט 90 יאָר „בונד‟, וווּ קאַראָלין טשאַנין, די אַמעריקאַנער טאָכטער פֿון אַ בונדישער משפּחה, פֿירט אָן מיט דער הימנע פֿונעם „בונד‟: „די בונדישע שבֿועה‟. בעת דער קאַמערע שוועבט פֿון פּנים צו פּנים, זעט מען אַ צאָל באַקאַנטע פּנימער פֿון דער ייִדישער גאַס פֿון יענע יאָרן: בונדיסטן, אַקטיוויסטן פֿון „אַרבעטער־רינג‟ און מיטאַרבעטער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟.

פֿאַר מיר פּערזענלעך, האָבנדיק פֿאַרבראַכט ס׳רובֿ פֿון מײַנע זומערן אינעם בונדיסטישן זומער־לאַגער, „קעמפּ המשך‟, איז עס געווען ספּעציעל אינטערעסאַנט צו הערן, ווי די לעבן־געבליבענע בונדיסטן, וועלכע פֿלעגן באַזוכן דעם קעמפּ ווי מיטגלידער פֿון דער אַדמיניסטראַציע, דערציילן דאָ זייערע אייגענע זכרונות, אויף ייִדיש. (אין „המשך‟, האָבן זיי, בדרך־כּלל, גערעדט צו אונדז, קינדער, אויף ענגליש.)

אַבֿרהם פֿײַנסילווער, למשל, וואָס איז אין די 1970ער יאָרן געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דער „המשך‟־אַדמיניסטראַציע, דערציילט דאָ אַזאַ רירנדיקע געשיכטע, מיט די באַקאַנטע בונדיסטישע פֿירער, וויקטאָר אַלטער און העריך אַלטער: „דעם דריטן דעצעמבער 1941 זענען אַ גרופּע פֿון אונדז געזעסן אין דעם קאַפֿע פֿונעם ׳גרענד־האָטעל׳. איז געקומען אַ טעלעפֿאָן… מ׳האָט גערופֿן וויקטאָר אַלטער צום טעלעפֿאָן. ער איז צוגעגאַנגען, צוריקגעקומען, און געזאָגט צו הענריך אַלטער: ׳גיי אַרויף אין האָטעל, נעם דײַן מאַנטל. מיר דאַרפֿן שוין גיין.׳ … זענען זיי אַוועק. מיר האָבן געוואַרט בײַם טיש אַ שעה, צוויי, דרײַ. ער איז נישט געקומען צוריק…‟

די פּאַרטיזאַנערקע, וולאַדקע מיד, דערציילט, ווי זי האָט געשאַפֿן קאָנטאַקטן, כּדי צו ברענגען עסן פֿאַר די ייִדן אין געטאָ, און שפּעטער — אויך געווער. שמעון פּאַלעווסקי דערמאָנט זיך וועגן זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ פּאַרטיזאַנער אין ווילנע; יואל ליטעווקע דערציילט ווי דער „בונד‟ האָט געגרינדעט פֿאַר ייִדישע קינדער אין פּוילן אַ נײַ לעבן פֿון ספּאָרטקלובן און וועלטלעכע ייִדישע שולן. צירל און הענרי שטיינגאַרט — וועגן זייער אַנטלויפֿן קיין פֿראַנקרײַך.

יוסף מלאָטעק, דער אַמאָליקער פֿאָרזיצער פֿון דערציִונג־אָפּטייל אין אַרבעטער־רינג, דערציילט וועגן זײַן איבערלעבונג אין דער מעדעם־סאַנאַטאָריע, אַ פּעדאַגאָגישע און מעדיצינישע אײַנריכטונג פֿאַר אָרעמע קינדער און יונגע לײַט, וועלכע זענען געווען אין אַ סכּנה פֿון אָנשטעקן זיך מיט טובערקולאָז. די סאַנאַטאָריע, וואָס האָט זיך געפֿונען אין אַ שטעטל מחוץ וואַרשע, האָט צווישן די יאָרן 1926 און 1942 געגעבן טויזנטער אָרעמע ייִדישע קינדער אַ געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן זייער פֿיזיש און גײַסטיק געזונט; זיי געלערנט וועגן דער וויכטיקייט פֿון אַרבעט און שפּיל, פֿון פֿאַרברענגען אויף דער פֿרישער לופֿט, און קאָלעקטיווע אַקטיוויטעטן.

מלאָטעק ווײַזט אונדז פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זײַנע פֿרײַנד אין דער מעדעם־סאַניטאָריע, און די ראָלעס וואָס זיי האָבן דאָרט געשפּילט.

מע הערט אויך וועגן דעם „בונד‟ פֿונעם רעדאַקטאָר פֿון „לעבנספֿראַגן‟ — יצחק לודען; דעם רעדאַקטאָר פֿון „אונדזער צײַט‟ — שלום הערץ, און פֿון אַ צאָל אַקאַדעמיקער, ווי חנא שמערוק, אַריה געלבאַרד, און מ. מישקינסקי פֿון „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟.

קדם האָט אויך אינטערוויויִרט עטלעכע קינדער פֿון בונדיסטן אין ניו־יאָרק — ווי, למשל, משה ראָזענפֿעלד (דער זון פֿון שׂרה ראָזענפֿעלד, די אַמאָליקע כּלל־טוערין פֿון מאָנטרעאָל) און זלמן מלאָטעק, יוסף מלאָטעקס זון. אינטערעסאַנט איז אָבער, וואָס די ייִנגערע מענטשן האָט קדם אינטערוויויִרט דווקא אויף ענגליש; און טאַקע אַ שאָד, ווײַל סײַ משה, סײַ זלמן רעדן זייער גוט ייִדיש. ס׳איז מעגלעך, אַז דער ישׂראלדיקער רעזשיסאָר, וועלכער האָט זיכער געמוטיקט די עלטערע בונדיסטן צו רעדן ייִדיש, האָט נישט געהאַט קיין אַנונג, אַז די יונגע אַמעריקאַנער וואָלטן אויך געקענט, און געוואָלט רעדן אויף ייִדיש.

ווי עס זאָל נישט זײַן, איז דער פֿילם זיכער כּדאַי צו זען, ווײַל עס גיט אונדז אַ געלעגנהייט צו הערן די רירנדיקע געשיכטע פֿונעם „בונד‟ און פֿון די לעבן־געבליבענע בונדיסטן, אויף זייער אייגענעם, נאַטירלעכן ייִדיש.

זעט דעם פֿילם דאָ: