עטלעכע טעג פֿאַר יום־השואה, האָט אַ נײַע אַנקעטע אָנגעוויזן, אַז 92% פֿון דער שארית־הפּליטה אין ישׂראל איז נישט צופֿרידן מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דער רעגירונג.
די אַנקעטע פֿון 500 לעבן געבליבענע איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך דער „פֿונדאַציע לטובֿת דער שארית־הפּליטה אין ישׂראל‟ אונטער דער אויפֿזיכט פֿון פּראָפֿעסאָר רפֿי סמיט. עס וווינען הײַנט אין ישׂראל בערך 192,000 לעבן געבליבענע פֿון חורבן, צוויי־דריטל פֿון זיי — פֿרויען.
67% פֿון די לעבן געבליבענע האָבן געזאָגט, אַז זיי זענען נישט צופֿרידן מיטן אופֿן ווי אַזוי די רעגירונג באַהאַנדלט זיי, און מער ווי אַ העלפֿט (56%) האָבן געזאָגט, אַז זיי זעען נישט קיין ענדערונג אין דער רעגירונגס באַהאַנדלונג פֿון דער שארית־הפּליטה במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿינף יאָר.
אין יוני 2008 האָט דער „אויספֿאָרש־קאָמיטעט צו העלפֿן דער שארית־הפּליטה‟, אָנגעפֿירט פֿון דער ריכטערין, דליה דאָרנער, אַרויסגעלאָזט אַ באַריכט, דערקלערנדיק, אַז ישׂראל באַצאָלט די לעבן געבליבענע פֿון חורבן בלויז צוויי־דריטל פֿון דער צוגעזאָגטער קאָמפּענסאַציע. דערצו האָבן 22% געזאָגט, אַז דער רעגירונגס באַהאַנדלונג פֿון די לעבן געבליבענע איז ערגער געוואָרן.
אויף דער פֿראַגע, וואָס איז הײַנט זייער גרעסטע שוועריקייט, האָבן 49% געענטפֿערט: געזונט־פּראָבלעמען; 29% — פֿינאַנציעלע צרות; 8% — עלנטקייט, און 10% — שוועריקייטן מיט דער ביוראָקראַטיע.
37% האָבן געזאָגט, אַז זייער פֿינאַנציעלער מצבֿ איז נישט קיין גוטער, און בלויז 6% האָבן געזאָגט, אַז זיי לײַדן נישט פֿון קיין פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען. אַ פֿיפֿטל האָט געזאָגט, אַז זיי האָבן צוליב פֿינאַנציעלע צרות געמוזט איבערהיפּן אַ מאָלצײַט במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, און 5% האָבן געזאָגט, אַז זיי היפּן אָפֿט מאָל איבער מאָלצײַטן צוליב דער סיבה.
איינער פֿון יעדע אַכט לעבן געבליבענע האָט באַטאָנט, אַז זיי האָבן כאָטש איין מאָל דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר נישט געקענט קויפֿן קיין מעדיקאַמענטן צוליב זייער פֿינאַנציעלן מצבֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.