היסטאָרישע סירישע שיל חרובֿ געוואָרן

Ancient Syrian Shul Destroyed

די שילד בײַם אַרײַנגאַנג פֿון דער דזשאָבאַר־שיל אין דמשׁק
YouTube
די שילד בײַם אַרײַנגאַנג פֿון דער דזשאָבאַר־שיל אין דמשׁק

פֿון REUTERS

Published April 04, 2013, issue of April 26, 2013.

ביירוט. — די 2,000־יאָריקע „דזשאָבאַר שיל‟ אין דער סירישער קרוינשטאָט דמשׂק איז לעצטנס באַגנבֿעט און פֿאַרברענט געוואָרן, האָבן די סירישע קוואַלן מאָנטיק דערקלערט.

לויט מאַמון אַבולקאַרים, דער הויפּט פֿונעם סירישן אָפּטייל פֿון אוראַלטע חפֿצים, איז די שיל אויפֿגעבויט געוואָרן אויפֿן אָרט, וווּ אליהו הנבֿיא האָט אַ מאָל זיך באַהאַלטן פֿון רדיפֿות, און איז שפּעטער געוואָרן אַ מקום, וווּ די סירישע און אַראַבישע ייִדן האָבן אָפֿט עולה־רגל געווען.

„מיט פֿיר חדשים צוריק האָבן די ייִדישע אינסטאַנצן געפּרוּווט אַרײַנצוגיין אין דער שיל, אָבער מע האָט זיי נישט צוגעלאָזט, צוליב די קאַמפֿן מיט די אויפֿשטענדלער,‟ האָט אַבולקאַרים דערקלערט.

ער האָט צוגעגעבן, אַז די גנבֿים האָבן צוגעלקחנט די גאָלדענע הענגלײַכטער און מאָלערײַען, וואָס זענען צווישן 70 און 100 יאָר אַלט. אַבולקאַרים האָט אָבער געספֿקט, צי מע האָט צוגעגנבֿעט די זייער אַלטע, טײַערע כּתבֿ־ידן פֿון דער שיל, אָדער די ספֿר־תּורהס אין זייערע זילבערנע מענטעלעך, ווײַל יענע זאַכן האָט מען שוין פֿון פֿריִער אַריבערגעפֿירט אין דער שיל פֿון דער „אַלטער שטאָט‟ אין דמשׂק, וואָס ווערט הײַנט באַצייכנט ווי אַן אַלוועלטלעכע קולטור־ירושה, לויט „יונעסקאָ‟.

די דזשאָבאַר־שיל געפֿינט זיך אין אַן אָפּגעלאָזענער געגנט פֿון דמשׂק, וואָס איז הונדערטער יאָרן געווען אַ ייִדישער קוואַרטאַל, ביז די 1800ער.

די אויפֿשטענדלער, וועלכע באַמיִען זיך איבערצוקערן אַסאַדס רעגירונג, האָבן אָנגעהויבן איבערנעמען דזשאָבאַר פֿאַראַיאָרן יולי, און די געגנט האָט זינט דעמאָלט געליטן שווערע לופֿט־באָמבאַרדירונגען מצד דער רעגירונג.

די סירישע אַרמיי פֿונעם פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד און די אַנטי־אַסאַד־כּוחות האָבן ביידע באַשולדיקט דעם צווייטן צד אין דער צעשטערונג פֿון דער היסטאָרישער סינאַגאָגע. לויט עטלעכע ווידעאָס, זעט מען, ווי ביידע צדדים צעשטערן די אור־אַלטע שלעסער און הייליקע ערטער, דורך שיסערײַען, אויפֿרײַסן און לופֿט־אַטאַקן.

אַנדערע ייִדישע ערטער זענען נישט צעשטערט געוואָרן און ליגן ווײַטער אין די הענט פֿון דער רעגירונג, האָט אַבולקאַרים באַטאָנט.

די היסטאָרישע מאָנומענטן אין סיריע פֿאַלן אַלץ מער אַ קרבן אין דעם בירגער־קריג, וואָס האָט שוין אומגעבראַכט מער ווי 70,000 מענטשן.