די ייִדישע שרײַבערין יענטע מאַש איז געשטאָרבן זונטיק, דעם 31סטן מאַרץ 2013, אין ישׂראל צו 91 יאָר.
יענטע מאַש איז געבוירן געוואָרן ווי יענטע רויטמאַן אין 1922 אינעם שטעטל זגוריצע, בעסעראַביע, הײַנט אין מאָלדאָווע. זי איז אויפֿגעוואַקסן, רעדנדיק ייִדיש אין דער היים און זיך געלערנט העברעיִש אין דער „תּרבות־שול‟. אַ רומענישע גימנאַזיע האָט זי פֿאַרענדיקט אין סאָראָקע, און איין יאָר שטודירט אינעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אין קעשענעוו צו ווערן אַ לערערין.
אין 1941 ווען די סאָוועטן האָבן אָקופּירט בעסעראַביע, איז זי מיט דער משפּחה פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר. איר טאַטן, הערש רויטמאַן, האָט מען אַוועקגענומען אין אַן אַנדער לאַגער, און זי האָט אים שוין מער קיין מאָל נישט געזען. יענטע מיט איר מאַמען, שפּרינצע רויטמאַן, האָבן געאַרבעט און געהונגערט, און איר מאַמע האָט דאָרטן די מאַטערנישן נישט איבערגעלעבט.
אין 1948 האָט יענטע מאַש זיך אומגעקערט קיין קעשענעוו מיט איר מאַן מיכאַיִל מאַש. דאָרטן האָט זי געלעבט ביז 1977, ווען זי, שוין אַן אַלמנה, האָט עולה געווען קיין ישׂראל מיט איר טאָכטער. אין ישׂראל האָט זי חתונה געהאַט מיט דוד גורוויץ. אין קעשענעוו, און שפּעטער אין ישׂראל, האָט זי געאַרבעט ווי אַ בוכהאַלטערין, אָבער אין ישׂראל האָט זי אָנגעהויבן שרײַבן פּראָזע אויף ייִדיש. איר ערשטע דערציילונג „אַ ליד פֿון אַ יתום‟ איז געווען געדרוקט אינעם זשורנאַל „די גאָלדענע קייט‟. זי האָט זיך אויך געדרוקט אין „לעצטע נײַעס‟, „ישׂראל שטימע‟, „ירושלימער אַלמאַנאַך‟, „אויפֿן שוועל‟, „צוקונפֿט‟ „ייִדישע קולטור‟ און „פֿאָרווערטס‟.
אויף ייִדיש האָט יענטע מאַש אַרויסגעלאָזט פֿיר ביכער „טיף אין דער טײַגה‟ (1990) „משנה מקום (1993); „בעסעראַבער מאָטיוון‟ (1998), און „מיט דער לעצטער הקפֿה‟ (2007). איין בוך האָט מען איבערגעזעצט אויף העברעיִש. זי האָט באַקומען 5 ליטעראַרישע פּרעמיעס — „גרשן סגל־פּרײַז‟, „יעקבֿ פֿיכמאַן־פּרײַז‟, „פּנחס ערליך־פּרײַז‟, „איציק מאַנגער־פּרעמיע‟ און „דור האָפֿשטיין־פּרײַז‟. זי האָט פֿאַראָבֿלט אַ טאָכטער רעגינאַ נאָוואַק, אייניקלעך און אור־אייניקלעך.
כּבֿוד איר אָנדענק!
יענטע מאַש לייענט די דערציילונג „שלום־עליכם זאָל לעבן‟ פֿון איר בוך „משנה־מקום‟:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.