הײַיאָר וועט מען קענען פֿײַערן 35 יאָר זינט דעם טאָג, ווען דער נאָבעל-קאָמיטעט האָט באַקאַנט געמאַכט זײַן באַשלוס צו געבן די ליטעראַרישע פּרעמיע יצחק באַשעוויס-זינגערן. איך געדענק, ווי איך האָב אין דער פֿרי, פֿאָרנדיק אויף דער אַרבעט, געקויפֿט אַ צײַטונג בײַם אַרײַנגאַנג אין מאָסקווער מעטראָ און איבערגעלייענט די דאָזיקע בשׂורה. קיין גרויס נחת האָבן די סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן פֿון דעם באַשלוס ניט געהאַט, בפֿרט נאָך, אַז באַשעוויס האָט קיין מאָל ניט געהערט צו די פֿרײַנד פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אין דער ייִדישער קולטור-וועלט זײַנען אויך גאָר ניט אַלע געווען צופֿרידן מיט באַשעוויסעס באַלוינונג — די צאָל חסידים פֿון אים ווי אַ מענטשן און פֿון זײַנע ווערק איז פֿון דעסטוועגן געווען אַ באַגרענעצטע. און דאָך, איז עס געווען אַ פֿרייד פֿאַר מיליאָנען ייִדן, אַרײַנגערעכנט די וואָס האָבן צום ערשטן מאָל דערהערט באַשעוויסעס נאָמען.
אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן די באַשעוויס-תּקופֿה אויף דעם ביכער-(ווי אויך טעאַטער- און קינאָ-) מאַרק בכלל, און אין דער ייִדישער ליטעראַטור-פֿאָרשונג בפֿרט. די דאָזיקע תּקופֿה האָט געדויערט בערך אַ פֿערטל יאָרהונדערט, און דערנאָך, באַזונדערס נאָכן אָפּפֿײַערן זײַן 100־יאָריקן יובֿל, איז דער אינטערעס צו באַשעוויסן אַוועק באַרג-אַראָפּ. דאָ און דאָרטן (מער מחוץ אַמעריקע) גייען אַרויס נײַע אויפֿלאַגעס פֿון זײַנע ביכער און פֿאָרשונגען וועגן אים. אין יאָר 2012 איז מיר אויסגעקומען צו זען נאָר איין פֿאַרעפֿנטלעכע אַקאַדעמישע אַרבעט וועגן זײַן שאַפֿונג, און זי איז אָנגעשריבן געוואָרן אין אייראָפּע.
ווי אַזוי קען מען דערקלערן אַזאַ מצבֿ? קיין קלאָרן ענטפֿער האָב איך ניט. אָבער איך קען פֿאָרלייגן עטלעכע ריכטונגען, אין וועלכע מע קען געפֿינען אַן ענטפֿער.
קודם-כּל, און וועגן דעם האָב איך שוין געהאַט געשריבן, קען עס זײַן אַ פּועל-יוצא פֿון דער שול-סיסטעם, דורך וועלכער עס גייען אַדורך די הײַנטיקע יונגע ייִדישע לײַט. די רייד גייט ניט וועגן “אַרויסשטופּן” באַשעוויסן צוליב אַן אַנדער מחבר. מע לייענט פּראָסט-פּשוט כּמעט גאָרנישט, בפֿרט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אַזאַ אײַנדרוק האָט זיך, יעדנפֿאַלס, געשאַפֿן בײַ מיר אין משך פֿון די צען יאָר, וואָס איך לערן אין אַן אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט. איך ווייס, אַז עס זײַנען דאָ אויסנאַמען, אָבער דאָס אַלגעמיין בילד איז אַזאַ.
צווייטנס, קען עס האָבן צו טאָן מיט דעם וואָס דעם יונגן דור גייט זייער ווייניק אָן דאָס מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע לעבן. זיי ווייסן זייער ווייניק פֿון דער געשיכטע, געאָגראַפֿיע און דעם שטייגער-לעבן פֿונעם שטעטלדיקן עולם. זייער ייִדישקייט איז פֿאַרבונדן, בדרך-כּלל, דירעקט מיט ישׂראל, דאָס איז זייער היסטאָרישע היים. און רוסלאַנד, פּוילן וכ’ שטעלן מיט זיך פֿאָר “פֿאַר-היסטאָרישקייט”. נאָך מער: אָפֿט מאָל דאַכט זיך מיר, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישע געשיכטע — אַרײַנגערעכנט, אַ שטייגער, דעם זעלבן “פֿאָרווערטס” אָדער “אַרבעטער-רינג” — איז שוין אויך היפּש פֿאַרשימלט געוואָרן, ס׳איז, בלי-ספֿק, ניט אַזוי פֿריש ווי דער אויפֿשטאַנד פֿון בר-כּוכבא.
און ס׳איז נאָך דאָ אַ “דריטנס” און אַ “פֿערטנס”… טיילווײַז איז עס, גלייב איך, פֿאַרבונדן אויך מיט דעם, וואָס ניט באַשעוויסן אַליין און ניט זײַנע יורשים איז ניט אײַנגעפֿאַלן צו שאַפֿן עפּעס אַ קאַטעדרע צי לכל-הפּחות אַ פּרעמיע, וועלכע זאָל טראָגן זײַן נאָמען. אַזעלכע זאַכן העלפֿן דאָך צו פֿאַראייביקן דעם יחיד, אין אָנדענק פֿון וועלכן עס ווערט אַזאַ זאַך אָנגערופֿן. אפֿשר וואָלט געווען יושרדיק, אַז דער “פֿאָרווערטס”, דער לאַנג־יאָריקער ברויטגעבער פֿון באַשעוויסן, זאָל מאַכן אין האַרבסט עפּעס אַן אונטערנעמונג, צוזאַמען מיטן “ייִוואָ” צי דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק?
אַזוי צי אַזוי, עס וואָלט געווען כּדאַי זיך אין דעם אַלץ אַרײַנטראַכטן. איך דערמאָן עס ניט ווײַל איך בין אַ געוואַלדיקער ליבהאָבער פֿון באַשעוויסן; פֿאַרקערט, כ׳האָב געוויסע טענות צו זײַן שאַפֿן. אָבער די גאַנצע “מעשׂה” אַרום באַשעוויסן קען העלפֿן צו פֿאַרשטיין בעסער די געשעענישן אויף דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור-גאַס. עס וואָלט ניצלעך געווען זיך גוט אַרײַנצוקוקן אין באַשעוויסעס אייגענע אַרטיקלען וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין זײַן צײַט. מע האַלט אין איין ציטירן זײַן נאָבעל-רעדע, אָבער ער האָט דאָך אויך פֿריִער געשריבן וועגן אַזעלכע זאַכן, געשריבן רויִקער און ניט אַזוי באָמבאַסטיש, ווי דאָס איז געווען פּאַסיק פֿאַר אַ היסטאָרישער צערעמאָניע.
למשל, אין זײַן אַרטיקל “די ייִדישע שפּראַך און קולטור לעבט איבער דעם גרעסטן קריזיס אין איר געשיכטע” (דעם 4טן דעצעמבער 1944, אין “פֿאָרווערטס”) האָט באַשעוויס, נוצנדיק דעם פּסעוודאָנים יצחק וואַרשאַווסקי, געשריבן, אַז ער “האַלט ניט, אַז ייִדיש גייט שוין אונטער, אַז מיר דאַרפֿן שוין זאָגן קדיש נאָך דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. אָבער אַז ייִדיש לעבט איבער אַ שווערן, ביטערן קריזיס און אַז עס גייט באַרג-אַראָפּ — וועגן דעם קען קיין צווייפֿל ניט זײַן. פּאַטשן זיך אין בײַכל אַרײַן און שרײַען, אַז אַלץ איז גוט און ווויל, שמעקט שוין הײַנט ניט בלויז מיט נאַרישקייט, נאָר אויך מיט גלײַכגילטיקייט צו ייִדיש.”
גלײַכצײַטיק איז ער געווען לחלוטין ניט מסכּים מיט די לײַט וואָס האָבן געטענהט, “אַז אויב ייִדיש קען ניט וואַקסן, קען ניט זײַן אַזוי לעבעדיק ווי עס איז, אַ שטייגער, ענגליש אָדער פֿראַנצויזיש, — איז זי (דאָס הייסט, די ייִדישע שפּראַך — ג.ע.) אויסגעשפּילט. דאָס איז פֿאַלש און קעגן אַלע אונדזערע דערפֿאַרונגען אין משך פֿון אונדזער לאַנגער געשיכטע. מיר האָבן קיין מאָל ניט אָפּהענגיק געמאַכט אונדזער ליבע פֿון ׳סוקסעס׳.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.