דאָס ערשטע בוך פֿון מאַרסי שאָר, ״קאַװיאַר און אַש״, האָט באַקומען אַ סך התלהבֿותדיקע אָפּרופֿן און עטלעכע בכּבֿודיקע פּרײַזן. עס האָט דערצײלט די געשפּאַנטע געשיכטע פֿון דעם ליבע–ראָמאַן צװישן פּױלישע ליטעראַטן (װאָס אַ היפּשע צאָל פֿון זײ זײַנען געװען ייִדן) און קאָמוניזם. דאָס נײַע בוך איז אַ מין באַגלײט–באַנד צו דעם ערשטן. די מחברין, װעלכע לערנט די מאָדערנע אינטלעקטועלע געשיכטע אינעם יעל־אוניװערסיטעט, דערצײלט דאָ װעגן איר אײגענער דערפֿאַרונג אין מיזרח־אײראָפּע נאָך דער מפּלה פֿון קאָמוניזם, אין דער צײַט װען זי איז געקומען דאָרט צו שטודירן די סלאַװישע שפּראַכן און זאַמלען מאַטעריאַלן פֿאַר איר פֿאָרשונג.
״דער טעם פֿון אַש״ פּאַסט זיך צו צו דעם פּאָפּולערן זיכרונות־זשאַנער ״מײַן צװאַנציקסטע יאָרהונדערט״, װאָס פֿאַרמאָגט אַ סך װאָגיקע מוסטערװערק. אָבער אין דעם דאָזיקן פֿאַל איז די מחברין גאַנץ יונג. זי האָט פֿאַרכאַפּט בלױז דעם סאַמע סוף פֿון יענער דראַמאַטישער תּקופֿה. און כאָטש זי איז געקומען שױן ״נאָך אַלעמען״, האָט זי זיך טיף אײַנגעלעבט אין דער װעלט פֿון אירע פּערסאָנאַזשן. די קאָמוניסטישע תּקופֿה איז פֿאַר איר אַ רעטעניש, װאָס זי פּרוּװט צו לײזן דורך שמועסן מיט מענטשן, דורך באַזוכן גרױסע און קלײנע שטעט, און דער עיקר דורך לײענען ביכער, צײַטונגען און דאָקומענטן פֿון יענער צײַט.
דאָס בוך פֿאַרמאָגט אַ סך טשיקאַװע פּרטים און אָבסערװאַציעס, און די מחברין איז קלוג און שאַרפֿזיניק אין אירע אָפּשאַצונגען. און דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע איז דערין איר אײגענער שטאַנדפּונקט׃ װי אַזױ באַטראַכט אַ יונגע אַמעריקאַנער פֿרױ די אַמאָליקע געשעענישן אין אַ װײַטן עק װעלט, װוּ מען רעדט פֿרעמדע שפּראַכן און לעבט אױף אַן פֿרעמדן שטײגער. די מחברין איז גאַנץ אױפֿריכטיק מיט אירע אײגענע מחשבֿות און געפֿילן, אירע סימפּאַטיעס און אַנטיפּאַטיעס.
װי דאָס רובֿ אַמעריקאַנער, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט מיזרח־אײראָפּע, האָט מאַרסי שאָר אַ באַזונדערע ליבע פֿאַר פּױלן. פֿאַר אַ סך היסטאָריקער דינט פּױלן װי אַ מין טױער אין דער משונהדיקער װעלט פֿונעם קאָמוניסטישן עבֿר. דער ראָמאַנטישער אימאַזש פֿונעם דאָזיקן לאַנד, ״דעם קריסטוס פֿון די פֿעלקער״ און אַ גרענעץ־שטח צװישן דער אײראָפּעיִשער קולטור און דעם תּהום פֿון באַרבאַרישקײט פֿאַרמאָגט אַ שטאַרקן כּישוף פֿאַר די, װאָס קומען קײן מיזרח־אײראָפּע פֿון דרױסן
אין װאַרשע האָט די מחברין באַפֿרײַנדעט אַ קבֿוצה יונגע ייִדן, װעלכע האַלטן אין אײן זוכן אַן אײגענע אידענטיטעט אין דער נײַער װעלט. אײניקע האָבן אַ נטיה צו ציוניזם און ישׂראל, אַנדערע צו דעם בונד און ייִדיש, אָבער אַלע בלײַבן שטעקן ערגעץ צװישן דעם גלות און דער גאולה. אַלע זײַנען ערנסט, שײן, אינטעליגענט און נערװעז. װי אַ היפּש ביסל אַמעריקאַנער יוגנט, האָט מאַרסי שאָר געפֿונען אין פּױלן דאָס, װאָס האָט איר געפֿעלט אין אַמעריקע׃ אַן עכטע און געשפּאַנטע אַטמאָספֿער פֿון גײַסטלעכע זוכענישן און אינטעלעקטועלע װיכּוחים.
װען שאָר קומט קײן װאַרשע אין 1997, געפֿינט זי די שטאָט ״קאַלט און גרױ״. װאַרשע איז ״פֿאַרברענט געװאָרן צום אַש און װידער אױפֿגעבױט געװאָרן אין דער סטאַליניסטישער אַרכיטעקטור״. די לײט־מעטאַפֿאָר פֿון אַש שטאַמט פֿונעם קלאַסישן פּױלישן פֿילם פֿונעם רעזשיסער אַנזשײ װײַדאַ ״אַש און דימענט״. אָבער אומבאַװוּסטערהײט װעקט מאַרסי שאָר שאָטנס פֿון י. ל. פּרצעס ליטעראַרישע פֿאַנטאַזיעס, װוּ די טױטע האָבן מער חשיבֿות אײדער די לעבעדיקע. די פֿאַרבאַהאַלטענע נשמה פֿון װאַרשע װערט אַנטפּלעקט אינעם ספּעצילען חגא־טאָג, ״דעם טאָג פֿון די טױטע״, װאָס פֿאַלט אױפֿן ערשטן נאָװעמבער.
לױט איר אָפּשטאַם איז מאַרסי שאָר אַ קינד פֿון דער אַמעריקאַנער פּראָטעסט־קולטור פֿון די 1960ער יאָרן. אָבער זי איז געבױרן געװאָרן אַ ביסל צו שפּעט, און האָט אױפֿגעזאַפּט די דאָזיקע ירושה ערשט אין די 1980ער, װען די פֿלאַם פֿון פּראָטעסטן האָט זיך שױן אָפּגעברענט. אין מיזרח־אײראָפּע טרעפֿט זי אַ סך גײַסטלעכע קרובֿים, װאָס האָבן אױך אַ מאָל ליב געהאַט אַלען גינזבערגס לידער און אַמעריקאַנער ראָק־מוזיק. דאָך די נײַע באַקאַנטע אירע זײַנען גאַנץ אַנדערש פֿון איר אין זײער װעלטבאַנעם. אַן אַמאָליקער דיסידענט פֿון סלאָװאַקיע איז גרײט מיטצואַרבעטן מיט דער נאַציאָנאַליסטישער רעגירונג, װאָס װיל רײנװאַשן דעם פֿאַשיסטישן עבֿר פֿונעם לאַנד.
אַזױ װי דאָס בוך איז אַרױס אּין אַ קאָמערציעלן פֿאַרלאַג און איז באַצװעקט פֿאַר אַ ברײטערן עולם, האָט די מחברין אַרײַנגעקװעטשט אַ היפּש ביסל היסטאָרישע, פּאָליטישע און געאָגראַפֿישע אינפֿאָרמאַציע. דערפֿאַר לײענען זיך אײניקע זײַטען װי ״װיקיפּעדיע״. אָבער אין די דערצײלערישע טײלן שפּירט מען ממש דעם לעבעדיקן אָטעם פֿונעם צײַטגײַסט.
דער דערצײלערישער סטיל און טאָן פֿון שאָרס בוך דערמאָנען אָן די װערק פֿונעם פֿריִערדיקן דור שרײַבער, װי למשל טימאָטי גאַרטאָן אַש, װעלכע האָבן ״אַנטדעקט״ מיזרח־אײראָפּע פֿאַרן ענגלישן לײענער מיט יאָר צװאַנציק־דרײַסיק צוריק. דעמלט איז דער טראַף געװען אױפֿן העלדישן קאַמף פֿון אַ הײפֿעלע דרײסטע דיסידענטן קעגן דעם קאָמוניסטישן לװיתן. הײַנט רעדט שאָר מער װעגן דעם חשבון־הנפֿש, װעגן די פּריװאַטע ספֿיקות און ראַנגלענישן פֿון קינדער מיטן קאָמוניסטישן עבֿר פֿון זײערע פֿאָטערס.
אײנער פֿון די דאָזיקע קינדער, װאָס שפּילט הײַנט אַ פֿירנדיקע ראָלע אינעם פּױלישן ייִדישן לעבן, דערקלערט׃ ״איך פֿיל זיך אחריותדיק פֿאַר קאָמוניזם װי אַ לינקער, אָבער ניט װי אַ ייִד״. ייִדישקײט און די לינקע פּאָליטיק זײַנען ענג איבערגעפֿלאָכטן אין שאָרס סיפּור–המעשׂה. צװישן די מערקװירדיקע היסטאָרישע פּערזענלעכקײטן זײַנען די ברידער יאַקוב און אַדאָלף בערמאַן. דער ערשטער איז געװען דער אָנפֿירער פֿון דער קאָמוניסטישער געהײם־פּאָליצײ ביז 1956, דער צװײטער ־ אַ חשובֿער עסקן אין דער לינקער ציוניסטישער באַװעגונג.
זוכנדיק נאָך די שפּורן פֿון אָט די צװײ ברידער קומט מאַרסי שאָר צו חיים פֿינקעלשטײן, װעלכער האָט פֿאַר דער מלחמה געאַרבעט אינעם װאַרשעװער ״הײַנט״. איצט איז ער שױן הונדער יאָר אַלט און װױנט אין דער בראָנקס. פֿינקעלשטײן האָט גוט געקענט די בײדע ברידער, אָבער ער איז גאַנץ קאַרג װען עס קומט צו טײלן זיך מיט זײַנע קענטענישן מיט אַ יונגער אַמעריקאַנער פֿרױ. ״איך האָב געהאַט אַ געפֿיל, אַז עס איז פֿאַר אים ניט געהאַט קײן זין צו דערצײלן װעגן זײַן װעלט, אָט דער װעלט, װאָס האָט שױן ניט געהאַט קײן קיום העכער װי אַ האַלב־יאָרהונדערט.״ און צום סוף האָט פֿינקעלשטײט אַ זאָג געטאָן׃ ״דו װײסט שױן צו פֿיל, צו פֿיל אָבער ניט גענוג, און בכּלל װײסטו גאָר נישט.״
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.