ידיעות אױף אײן פֿוס: אַפּריל 4

News Highlights: April 4

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 04, 2013, issue of April 12, 2013.

ישׂראל. עס װערט פֿאָרגעזעצט די מינען־באַשיסונג אױף די ישׂראלדיקע ישובֿים מצד עזה־שטרײַך. עס װאַקסט אַ חשד פֿון אַ ראַקעטן־באַשיסונג פֿון עגיפּטישן סיני. דער צה”ל האָט פֿונאַנדערגעשטעלט לעבן אילת אַן אַנטיראַקעטן־באַטאַרײ „דער אײַזערנער קופּאָל‟.


חבֿרון. הונדערטער פּאַלעסטינער האָבן באַװאָרפֿן מיט שטײנער די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, פֿאַר און נאָך דער לװיה פֿון אַ טעראָריסט, װעלכער איז געשטאָרבן פֿון אַ ראַק אין אַ ישׂראל־תּפֿיסה.


עזה. דער זיכערקײט־אַמט פֿון „כאַמאַס‟ האָט אַרעסטירט צװײ „סאַלאַפֿיסטן‟, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער לעצטער ראַקעטן־באַשיסונג אױף שׂדרות.


עגיפּטן. עס איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן אַ שיף מיט געװער, געשיקט פֿאַר די טעראָריסטן־„דזשיהאַדיסטן‟ אין דרום־סיני.


ניו־יאָרק. די גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער „יו־ען‟ האָט אָנגענומען אַ רעגוליר־דעקלאַראַציע װעגן דעם געװער־האַנדל. דרײַ לענדער — איראַן, צפֿון־קאָרעע און סוריע האָבן געשטימט קעגן, 23 לענדער האָבן זיך אָפּגעהאַלטן, צװישן זײ — רוסלאַנד.


רוסלאַנד. דער געװער־האַנדל פֿון דעם לאַנד האָט דערגרײט צו 12,8 מיליאַרד דאָלאַרן אַ יאָר, און קען פֿאַרגלײַכט װערן נאָר מיט די אַמעריקאַנער הכנסות אין דעם זעלבן געשעפֿט.


פּיאָנג־יאַנג. די צפֿון־קאָרעיִשע אַרמײ האָט אָנגעצילט אירע ראַקעטן אױף די אַמעריקאַנער מיליטער־באַזעס אױפֿן אינדזל גואַם.


סעול. דזשאָן קערי, דער מלוכה־סעקרעטאַר פֿון די פֿאראײניקטע שטאַטן, בעתן באַזוך אין סעול: „די לעצטע טעג האָבן מיר געהערט אַ מיאוסע ריטאָריק מצד דער צפֿון־קאָרעע. איך זאָג גלײַך, — מיר האָבן בדעה צו פֿאַרטײדיקן זיך אַלײן און אונדזערן פֿרײַד — דרום־קאָרעע‟.


פּענטאַגאָן. טשאַק הײגל, דער פֿאַרטײדיקונג־מיניסטער פֿון די פֿאראײניקטע שטאַטן, האָט אונטערגעשטראָכן, אַז די געפֿאַר מצד צפֿון־קאָרעע איז „ביז גאָר קלאָרע און אַקטועלע‟.


רבת־עמון. יאָרדאַניע און די פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע האָבן אונטערגעשריבן אַ הסכּם װעגן „באַשיצונג פֿון ירושלים און די הײליקע ערטער פֿון יהודיזאַציע‟.


בוענאָס־אײַרעס. בעת די שרעקלעכע פֿאַרפֿלײצונגען אין אַרגענטינע זײַנען אומגעקומען 52 מענטשן.


כינע. דרײַ מענטשן זײַנען געשטאָרבן פֿון אַ מוטירטן אומבאַקאַנטן װירוס פֿונעם פֿױגל־גריפּ. די געשטאָרבענע האָבן זיך אָנגעשטעקט דירעקט פֿון די עופֿות.


בוקאַרעשט. די פּאָליצײַ האָט אַרעסטירט אַ גרױסע גרופּע פֿונקציאָנערן, פֿאַרדעכטיקטע אין אַ קאָלאָסאַלן שװינדל מיט די געלטער פֿאַר דער מעדיצינישער מלוכה־פֿאַרזיכערונג.


בעלגיע. אין בריסל האָבן זיך אָנגעהױבן דירעקטע אונטערהאַלטונגען צװישן סערביע און קאָסאָװע װעגן דער צוקונפֿט פֿונעם שלום־פּראָצעס און די טעריטאָריעלע װיכּוחים.