ווין. — דער ווינער אַרציביסקופּ האָט געבעטן די עסטרײַכישע רעגירונג נישט אײַנצושליסן די ייִדישע און מוסולמענישע יום-טובֿים אין דער ליסטע פֿון נאַציאָנאַלער פֿײַערונג-טעג. דעם 30סטן מאַרץ, בעת אַ טעלעוויזיע-אינטערוויו פֿאַרן קאַנאַל „ORF‟, האָט דער קאַרדינאַל קריסטאָף שאָנבאָרן געמאָלדן, אַז די ייִדישע און מוסולמענישע קהילות אין עסטרײַך נישט גענוג גרויס, דערפֿאַר זאָלן זייערע יום-טובֿים נישט אַרײַן אינעם קאַלענדאַר פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד.
שאָנבאָרן האָט צוגעגעבן, אַז 80 פּראָצענט פֿון די עסטרײַכער זענען קריסטן, על-פּי-רובֿ קאַטויליקער. „ס׳איז וויכטיק צו נעמען אין באַטראַכט די מיינונג פֿון ס׳רובֿ מענטשן אינעם לאַנד‟, האָט צוגעגעבן דער אַרציביסקופּ.
לעצטנס, האָבן די מוסולמענישע פֿירער אין עסטרײַך געבעטן די רעגירונג צו דערקלערן איין טאָג פֿונעם חודש ראַמאַדאַן און זייער יום-טובֿ „אייד‟ ווי אָפּרו-טעג פֿאַר די מוסולמענער. דער גענעראַל-סעקרעטאַר פֿון דער ווינער ייִדישער קהילה, ריימאָנד פֿאַסטענבאַוער, האָט מיטגעטיילט דער אָרטיקער אויסגאַבע „קליינע צײַטונג‟, אַז די עסטרײַכישע ייִדן ווילן אויך צו באַקומען דאָס רעכט נישט צו אַרבעטן אין די ייִדישע יום-טובֿים. דער רעגירונג-אָפּטייל פֿון קאָמערץ האָט אָבער אָפּגעוואָרפֿן די דאָזיקע בקשה.
די איסלאַמישע באַפֿעלקערונג אין עסטרײַך באַטרעפֿט פֿון 400,000 ביז 500,000 נפֿשות, לויטן חשבון פֿון די אָרטיקע מוסולמענישע אָרגאַניזאַציעס. אין אַ לאַנד מיט 8.5 מיליאָן תּושבֿים איז עס נישט אַזאַ קליינע ציפֿער. לויט דעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, וווינען אין עסטרײַך בערך 15,000 ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.