איך האָב אַ לאַנגע צײַט אַרומגעזוכט דעם מישפּט אַרום דעם „דיבוק‟ און סוף־כּל־סוף געפֿונען אינעם בוך, אָנגעשריבן פֿון פֿערנאַנדאָ פּעניאַלאָסאַ. וועט איר מיך פֿרעגן מה יתכן, וואָס איז די מעשׂה מיטן מחבר, וואָס הייסט פֿערנאַנדאָ פּעניאָלאָסאַ און וואָס לאָזט אַרויס אַ ביכעלע אויף אָט דער אינטערעסאַנטער טעמע? איז ווי נאָר איך האָב געהערט פֿונעם מחבר, אַזוי האָב איך זיך פֿאַרשטענדיקט מיט אים דורך בליצפּאָסט און אויסגעפֿונען ווער ער איז און וואָס ער איז. עס זעט אויס, אַז זײַן געשיכטע איז פּונקט אַזוי אינטערעסאַנט ווי דער „דיבוק‟.
איך האָב אויסגעפֿונען אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע אין יאָר 1925. ער איז אַ פּראָפֿעסאָר עמעריטוס פֿון קאָליפֿאָרניע אוניווערסיטעט. ער האָט זיך מגייר געווען אין 1965, און ווי אַן אויטאָדידאַקט אין ייִדישע ענינים, האָט ער זיך אויסגעלערנט העברעיִש און ייִדיש. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, העברעיִש, דײַטש, אַקאַטעק־מאַיאַן און פֿון שפּאַניש.
בײַ אונדזער ערשטער באַגעגעניש דורך דער בליצפּאָסט, האָב איך געפֿרעגט פֿון וואַנען ער שטאַמט און ווי קומט צו אים דער נאָמען פֿערנאַנדאָ פּעניאַלאָסאַ. האָט ער מיר אויפֿגעקלערט, אַז דער נאָמען פֿיגורירט אָפֿט אין די אַרכיוון פֿון דער שפּאַנישער אינקוויזיציע, און אַז ער שטאַמט פֿון די מאַראַנען, וואָס זײַנען געקומען קיין מעקסיקע מיט הערנאַן קאָרטעס. דאָס אַליין האָט מיך אינטריגירט. ערשטנס, ווײַל מיר ייִדן האָבן פֿאַרפֿלאַנצט אונדזערע געדעכענישן איבערן גאַנצן ערד־קוגל, און פֿאַרמאָגן אַ ריזיקן אַפּעטיט אויף ס‘נײַ באַשאַפֿן און איבערבאַשאַפֿן זיך נאָך יעדן אומגליק און קאַטאַסטראָפֿע.
און איצט צום מישפּט. גיי פֿאַרשטיי, אויף וויפֿל מיר ייִדן זײַנען פֿעיִק אַראָפּצורײַסן, אַראָפּצושלײַדערן, אַראָפּצוזעצן און דערנידעריקן יענעמס ייִדישע שעפֿערישע כוחות. קען מען דאָס צושרײַבן צו קנאת־סופֿרים? אפֿשר. אָבער פֿעיִק דערצו זײַנען מיר. ווידעראַמאָל צום מישפּט פֿונעם דיבוק.
פֿונעם 6טן ביזן 17טן יוני, 1926, האָט דער פֿאַרבאַנד פֿון העברעיִשע שרײַבער און ליטעראַטן זיך פֿאַרזאַמלט אין בית־העם אין תּל־אָבֿיבֿ. דער זאַל איז געווען געפּאַקט מיט אַן עולם נײַגעריקע צושויער וואָס האָבן זיך געציילט אין די טויזנטער. נישט געקוקט אויפֿן פֿאַקט וואָס אַנ־סקי אַליין איז שוין געווען אויף יענער וועלט מיט זעקס יאָר פֿריער; נישט געקוקט אויף דעם וואָס די פּיעסע האָט שטאַרק אויסגענומען סײַ בײַם פּשוטן עולם און סײַ בײַ די אינטעליגענטן, האָבן די ייִדישע־העברעיִשע שרײַבער און פּאָעטן נישט געקענט פֿאַרדײַען אַנ־סקיס רום און דערפֿאָלג.
און כאָטש דער באַרימטער העברעיִשער פּאָעט ח.־נ. ביאַליק האָט זיך שטאַרק געקווענקלט, צי יאָ איבערצוזעצן, צי נישט איבערצוזעצן אַנ־סקיס פּיעסע, צוליב פֿאַראורטיילן פֿון דער העברעיִשער אינטעליגענץ, נעמלעך צוליב די באַשולדיקונגען, אַז די פּיעסע האָט צו טאָן מיט פּרימיטיוון ייִדישן איבערגלויבן און מיט נידעריקע סטאַנדאַרטן אין אונדזער הויכער ייִדישער קולטור. ביאַליק האָט אָבער יאָ נאָכגעלאָזט און איבערגעזעצט דעם „דיבוק‟, און בשעת די וועלט האָט עס אָנגענומען פֿאַר אַ מוסטער־ווערק, האָבן די העברעיִשע ליטעראַטן אין די 1920ער יאָרן דאָס אַראָפּגעריסן.
דער באַשולדיקטער אינעם מישפּט איז געווען דער דראַמאַטורג ש. אַנ־סקי, און צווישן די באַשולדיקער אַזעלכע ליטעראַטן ווי אָשר באַראַש (הויפּט־פּראָקוראָר). ער אַליין האָט אָפּגעשטאַמט פֿון חסידים, נישט געקוקט אויף דעם וואָס ער אַליין האָט אָנגעהויבן זײַן ליטעראַרישע קאַריערע אויף ייִדיש.
דער צווייטער אויספֿאָרשער איז געווען יהודה קרני, אַ נאַציאָנאַלער פּאָעט, אויך ד״ר משה גליקסאָן וועלכער האָט זיך אין תּוך אָפּגעגעבן מיטן אויפֿלעבן די העברעיִשע שפּראַך. עס האָבן זיך אויך צוגעשטעלט צום קאַבודל נאָך פֿינף אַנדערע פּראָקוראָרן; און אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז אַלע זענען געבוירן און אויפֿגעכאָוועט געוואָרן אין אַ שטעטל אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ ייִדיש איז געווען די אומגאַנג־שפּראַך.
די עדות זײַנען באַשטאַנען פֿון אַזעלכע גדולים פּאָעטן, אָנהייבנדיק מיט אַבֿרהם שלונסקי, צוזאַמען מיט אַ גאַנצער פּליאַדע באַרימטע העברעיִשע שרײַבער, פּאָעטן און קינסטלער.
זייערע באַשולדיקונגען האָבן אויסגעדריקט אַ ווידערווילן צו דער פּיעסע, נעמלעך, אַז דער „דיבוק‟ איז נישט מער ווי אַ צוזאַמענגעפֿלאָכטענער, אויבנאויפֿיקער, פֿאַרלאַטעטער מלבוש, און אַז די העלדן זײַנען נישט מער ווי אַבסטראַקטע פֿיגורן, באַזירט אויף אייגענעם און פֿרעמדן פאָלקלאָר. זיי זײַנען נישט מער ווי מעכאַנישע געשטאַלטן, אַנדראָגאָיִשע טים־טאַמען, וואָס נויטיקן זיך אין כאַראַקטער־שטריכן.
דער פּאָעט פֿיכמאַן האָט זיך אויסגעדרוקט, אַז די פּיעסע איז נישט מער ווי אַ שקר, און אַ פֿעלשונג. אייניקע האָבן עס געלויבט אין הימל־אַרײַן, אָנווײַזנדיק, אַז ס’איז כאָטש נישט קיין שונד-טעאַטער, אַזוי ווי אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס מוזיקאַלישע מאַכערײַקעס. און אַז דער „דיבוק‟ איז נישט מער ווי אַ מיסט־קאַסטן, אײַנגעוויקלט אין טלית און תּפֿילין. אַ חוץ דעם, איז עס נישט קיין ייִדישע פּיעסע בכלל וואָס מ’קען שטעלן פֿאַרן ייִשוב אין לאַנד.
פֿון אַ פֿאַרקערטער ריכטונג האָט דער רעזשיסאָר געטאַדלט די באַשולדיקער: „מיר אַקטיאָרן האַלטן, אַז דאָס איז איינע פֿון די בעסטע פּיעסעס אין אונדזער רעפּערטואַר.”
פֿאַרשטייט זיך, אַז נישט געקוקט אויף די אַלע נעגאַטיווע אָפּשאַצונגען, איז דער „דיבוק‟ אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין אַ שלל שפּראַכן און לענדער, און יעדעס מאָל מיט גרויס דערפֿאָלג.
און צום סאַמע סוף וויל איך צוגעבן, אַז מיר ייִדן זײַנען פֿאַרבליבן דאָס וואָס מיר זײַנען אייביק געווען און וועלן אויף אייביק זײַן. אַ האַרט־נעקיק, אויפֿטועריש פֿאָלק. אַן אומה פֿון נישט פֿאַרגינער און אַן אומה פֿון ווייך־האַרציקע פֿרײַדענקער. מיר שטעלן מיט זיך פֿאָר שטרענג־חרדישע פֿאַנאַטיקער, אָפּגעשײַדט פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער גאַס. מיר זײַנען זעלבט־האַסער, האַרטע פּאָליטישע ניס און געלט־גײַציקע יחידים. ווי איר קוקט אונדז אָן, זײַנען מיר רודף־שלומניקעס, פֿאַרביסענע פּאַסקודניאַקעס און גאָט די נשמה שולדיקע — בטלנים, כּשרע הינער־פֿרעסער און טריפֿענע פּיסקעס. און אַז איר וועט מיך נישט אָפּשטעלן, קען איך אַזוי אָנגיין מיטן פֿאַראורטיילן און לויבגעזאַנגען פֿאַר אונדזער קאָלירפֿול, יוצא־מן־הכּלליק, שטאַרק געליטן פֿאָלק. אַן איין און איינציק פֿאָלק צווישן פֿעלקער וואָס פֿאַרדינט דאָס טעלערל פֿון הימל.
מײַן עצה איז, איר זאָלט זיך אײַנהאַנדלען דאָס ביכעלע: „דער דיבוק.‟ אָנגעשריבן אויף ענגליש. דעם מחבר פֿונעם העכסט אינטערעסאַנטן טעקס קומט דער אמתער יישר-כּוח.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.