ערבֿ דעם „יום־השואה‟, וואָס הייבט זיך אָן דעם זונטיק אין אָוונט, וועלן צענדליקער פּוילישע יונגע לײַט מיט ייִדישע וואָרצלען זיך פֿאַרזאַמלען אין אוישוויץ (אויף פּויליש — אָשוויעטשים), אויף אַ צוויי־טאָגיקן סעמינאַר וועגן ייִדישקייט, כּדי אָפּצומערקן דעם אויפֿלעב פֿון ייִדישן לעבן אין פּוילן.
„אונדזער ציל איז צו באַטאָנען די אייביקייט פֿונעם ייִדישן גײַסט,‟ האָט דערקלערט מײַקל פֿרוינד, דער פֿאָרזיצער פֿון דער אָרגאַניזאַציע „שבֿי־ישׂראל‟, וואָס קאָאָרדינירט די אונטערנעמונג.
„שבֿי־ישׂראל‟ פֿירט שוין יאָרן לאַנג אַזוינע לערן־סעמינאַרן איבער פּוילן, אָבער דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס זי מאַכט דאָס אין אוישוויץ. דער לעצטער סעמינאַר איז פֿאָרגעקומען מיט 1/2־2 חדשים צוריק, אין לאָדזש.
פֿונעם 5טן בין 7טן אַפּריל וועלן די באַטייליקטע אינעם סעמינאַר לערנען וועגן דער ייִדישער געשיכטע און דעם ייִדישן גלויבן; זיך באַקענען מיט אַנדערע ייִדן, און אָפּמערקן אַ טראַדיציאָנעלן שבת. דאָס דאַווענען וועט פֿאָרקומען אין דער שיל „חבֿרה לומדי משניות‟, די איינציקע אַקטיווע סינאַגאָגע וואָס איז פֿאַרבליבן אין אוישוויץ.
הרבֿ בועז פּאַש, וועלכער אָרגאַניזירט די קלאַסן, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז די טעמע פֿון דעם איצטיקן סעמינאַר איז „די ייִדישע אידענטיטעט אין פּוילן‟. איינע פֿון די לעקציעס וועט זײַן וועגן עטלעכע ווייניק־באַקאַנטע שטעטלעך אין פּוילן, וואָס פּרוּוון אויפֿלעבן די ייִדישע קהילה, ווי, למשל, שלאָנסק, אין סילעזיע.
דער הויפּט־רב פֿון פּוילן, מײַקל שודריך, האָט שטאַרק געלויבט די סעמינאַרן פֿון „שבֿי־ישׂראל‟. „די פּראָגראַמען זענען זייער וויכטיק פֿאַר פּאָלאַקן, וואָס אַנטדעקן זייערע ייִדישע וואָרצלען, ווײַל עס גיט זיי אַ געלעגנהייט זיך צו לערנען, און זיך צו באַטייליקן אין די ייִדישע טראַדיציעס,‟ האָט ער באַמערקט.
יואל נאָוויצקי, אַ 36־יאָריקער דאָקטער און איבערזעצער, איז איינער פֿון די באַטייליקטע אין דער אונטערנעמונג. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע מיטגלידער פֿון „שבֿי־ישׂראל,‟ זענען זײַנע טאַטע־מאַמע ביידע געווען ייִדן. „ווען איך בין געווען 14 יאָר אַלט, האָב איך באַשלאָסן צו טאָן תּשובֿה און שפּעטער בין איך געפֿאָרן קיין ישׂראל זיך צו לערנען אין ישיבֿה.‟
הײַנט לערנט נאָוויצקי תּורה מיט אַ ירושלימער רבֿ, דזשעפֿרי סאַקס, דורך דער אינטערנעץ. ער איז אַזוי באַהאַוונט אין לשון־קודש, אַז ער וועט אַליין אָנפֿירן מיט עטלעכע פֿון די סעסיעס דעם סוף־וואָך: איין שיעור וועגן דעם אַמאָליקן גערער רבין, דער שׂפֿת־אמת, און אַ לעקציע וועגן די הלכישע פּראָבלעמען וועגן לערנען תּורה מיט נישט־ייִדן.
„דאָס איז אַן ענין, וואָס איז מיר נאָענט צום האַרצן,‟ האָט נאָוויצקי געזאָגט. „לויט דער תּורה טאָר מען נישט לערנען קיין תּורה מיט נישט־ייִדן. געוויינטלעך, ווען איך גיב אַ שיעור אין דער שיל, איז דאָ כאָטש איין ייִד. לערן איך דעם קלאַס פֿאַר אים, און איך באַטראַכט די אַנדערע ווי בלויז צוהערער. אַמאָל געשעט אָבער, אַז קיינער צווישן דעם עולם איז נישט קיין ייִד. אין אַזאַ פֿאַל, בײַט איך פּשוט די טעמע.‟
חיה קאַטאַרזשינאַ, אַ 40־יאָריקע פֿאַרוואַלטערין פֿון אַ קליידער־געשעפֿט אין קראָקע, האָט אַ מער קאָמפּליצירטע געשיכטע. מיט צען יאָר צוריק, האָט זי זיך דערוווּסט פֿון דער מאַמען, אַז זי איז אַ ייִדישע. „זי האָט עס באַהאַלטן פֿון אַלעמען, ווײַל זי האָט מורא געהאַט, אַז אויב מע געפֿינט עס אויס, וועט מען זי הרגענען,‟ האָט חיה געזאָגט. „קיין גרויסער שאָק איז עס אָבער נישט געווען, ווײַל איך האָב שוין געהאַט געפֿונען בריוו אויף פּויליש, וואָס האָבן דערמאָנט, אַז אירע קרובֿים זענען דערהרגעט געוואָרן אין גאַליציע.‟
נאָכן דערוויסן זיך די געשיכטע, האָט חיה, וועלכע איז דערצויגן געוואָרן ווי אַ קאַטוילישע, זיך געוואָלט לערנען מער וועגן דער ייִדישער אמונה. „צו ערשט, בין איך געגאַנגען אין אַ רעפֿאָרם־קהילה. ס׳איז געווען שיין, אָבער נישט פֿאַר מיר,‟ האָט זי געזאָגט. זי האָט זיך באַקענט מיט הרבֿ פּנחס פּאָמפּ, אַ חסידישער רבֿ פֿון תּולדות־אַהרון אין מאה־שערים, וועלכער האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם אויף איר. „אין אָנהייב האָבן די חסידים מיר אויסגעזען מאָדנע, אָבער זייער שבת האָט מיך זייער גערירט, און כ׳האָב גלײַך דערפֿילט אַ נאָענטשאַפֿט מיט זיי.‟
אין יענע יאָרן איז חיה געווען אַ פֿילמאָגראַפֿין, אָבער הרבֿ פּאָמפּ האָט איר געזאָגט, אַז ס׳איז אוממעגלעך צו פֿאַרדינען ווי אַ קינסטלער און גלײַכצײַטיק היטן שבת און יום־טובֿ. „כ׳האָב דעמאָלט באַשלאָסן, אַז אויב איך גיי לעבן ווי אַ ייִדישע טאָכטער, מוז איך טאָן די מיצווות.‟ הײַנט פֿירט חיה אַ פֿרום ייִדיש לעבן און באַטייליקט זיך אָפֿט אין די לערן־סעמינאַרן. ווען זי קען, פֿאַרברענגט זי שבת בײַ הרבֿ פּאַש, פֿון „שבֿי־ישׂראל‟. „כ׳האָב זייער ליב צו הערן ווי ער זינגט זמירות,‟ האָט זי געזאָגט.
דערווײַל אָבער ווייסן אירע פּוילישע שכנים גאָרנישט וועגן דעם. „איך זע נישט פֿאַר וואָס איך דאַרף עס פּראָקלאַמירן,‟ האָט זי געזאָגט.
קייטי פֿאָרעסטער, אַן 48־יאָריקע געשעפֿטפֿרוי אין קראָקע, איז שוין געווען בײַ די פֿריִערדיקע סעמינאַרן פֿון „שבֿי־ישׂראל‟ אין לובלין, לאָדזש און קראָקע, און וועט אויך קומען אין אוישוויץ, אָבער בלויז אויף איין טאָג, ווײַל זי וועט גלײַכצײַטיק זיך באַטייליקן אינעם יערלעכן „מאַרש פֿון די לעבעדיקע‟.
„איך בין נישט פֿרום, אָבער כ׳האָב ליב צו פֿאַרבעסערן מײַן קענטשאַפֿט פֿון תּורה און ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע,‟ האָט פֿאָרעסטער געזאָגט. „ווען איך גיי צו אַ געוויינטלעכן שיעור מיט אַ רבֿ, איז עס שווער, ווײַל איך זע, ווי ווייניק איך קען. אָבער ווען איך גיי אויף די לערן־סעמינאַרן, איז עס גוט פֿאַר מיר, ווײַל אַזוי באַקען איך זיך מיט אַנדערע ייִדן, אַזעלכע ווי איך.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.