ידיעות אױף אײן פֿוס: אַפּריל 5

News Highlights: April 5

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 05, 2013, issue of April 26, 2013.

תּל־אָבֿיבֿ. װאָרענונג: דעם נאָענטסטן זונטיק, ערבֿ דעם „טאָג פֿון טרױער און גבֿורה‟, ווערט פּלאַנירן אַ מאַסיװע סײַבער־אַטאַק אױף די פּאָפּולערע ישׂראלדיקע װעבזײַטלעך.


ניו־יאָרק. אַ חשד: טױזנטער פּאַציענטן האָבן זיך אָנגעשטעקט מיט HIV בעת די װיזיטן צום צײנדאָקטער.


ענגלאַנד. דער אָבסערװיר־ראַט פֿאַר די מענטשנרעכט אין סיריע: „דער לעצטער מערץ איז געװען דער בלוטיקסטער חודש אינעם סירישן בירגערקריג — 6 טױזנט דערמאָרדעטע‟. אַריבער 30 פּראָצענט פֿון זײ זײַנען ציװילע מענטשן, ס‘רובֿ װײַבער און קינדער.


אײראָפּע. פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, שפּאַניע, איטאַליע און ציפּערן זינקען אין פּאָליטישע און קאָרופּציע־סקאַנדאַלן.


װין. אַ חשד: בעת דער לעצטער אױספּרוּװוּנג פֿון נוקלעאַרן װאָפֿן, האָט צפֿון־קאָרעע גענוצט דעם ביז גאָר באַרײַכערטן אוראַניום און ניט פּלוטאָניום, װי פֿריִער. די נײַע פּרטים װײַזן אָן אױף אַן ענגער מיטאַרבעט צװישן איראַן און צפֿון־קאָרעע פֿונעם נוקלעאַרן װאָפֿן.


אַנקאַראַ. די טערקישע רעגירונג האָט באַשטעטיקט, אַז דעם 12טן אַפּריל וועט קײן טערקײַ קומען אַן אָפֿיציעלע דעלעגאַציע פֿון מדינת־ישׂראל.


בריסל. פֿראַנקרײַך װעט אונטערהאַלטן דעם פֿאָרשלאָג פֿונעם אײראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט אַרײַנצוטראָגן אַלע צװײַגן פֿון „כעזבאָלאַ‟ אין דער רשימה פֿון די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס.


רוסלאַנד. „מע קען קומען צו אַ הסכּם מיט איראַן מיט אַ תּנאי, אַז די װעלט װעט אָנערקענען דאָס רעכט פֿון דער איסלאַמישער רעפּובליק צו אַנטװיקלען די נוקלעאַר־פּראָגראַמען פֿאַר די שלום־צילן.


פּאַריז. צוליב דער אומגעלונגענער סאָציאַלער פּאָליטיק איז געפֿאַלן די פּאָפּולאַריטעט פֿונעם פֿראַנצײזישן פּרעזידענט פֿראַנסואַ האָלאַנד ביז 27 פּראָצענטן — די נידעריקסטע אין דער געשיכטע פֿון לאַנד .


ירושלים. דער טײל פֿון דער פּריװאַטער מעדיצינישער באַדינונג אין דער אַלגעמײנער געזונטהײט־סיסטעם פֿון מדינת־ישׂאל איז ניט מער װי 3 פּראָצענט.


„יו־ען‟. אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת־ישׂראל, ראָן פּראָסאָר: „דאָס שװײַגן פֿונעם זיכערהײט־ראַט הילכט העכער, װי די אױפֿרײַסן פֿון די ׳כאַמאַס׳־ראַקעטן אין שׂדרות. עס איז געקומען די צײַט צו זאָרגן אױך װעגן דער זיכערקײט פֿון די ישׂראלים, אײדער דער מצבֿ ווערט ערגער‟.


פּיאָנג־יאַנג. די צפֿון־קאָרעיִשע רעגירונג האָט פֿאָרגעלײגט אַ רײ לענדער, און צװישן זײ דער רוסישער פֿעדעראַציע, צוריקצוציִען זײערע אַמבאַסאַדאָרן מחמת אַ מלחמה־געפֿאַר.


עזה. מחמת די ענדלאָזע ברוטאַלע אָנפֿאַלן אױף אירע מיטאַרבעטער מצד דעם פּאַלעסטינער המון, האָט די „יו־ען‟ פֿאַרמאַכט דעם צענטער פֿאַר דער הומאַניטאַרער הילף אין עזה.


דמשׂק. סיריע באַשולדיקט ישׂראל אין שפּיאָנירן נאָך די רוסישע מיליטער־שיפֿן אױף דער מיליטער־באַזע אין טאַרטוס. די רוסישע מיליטער־באַזע אין טאַרטוס (זינט יאָר 1971) באַשטײט פֿון צװײ שװימענדיקע צושיף־שטעלן. נאָר אײנע פֿון זײ איז טױגעװדיק. די באַזע באַדינען סך־הכּל 4 ים־לײַט.


קאַטאַר. די סאָלדאַטן־אַסאַדיסטן מאַכן דורך די מיליטערישע צוגרײטונג אין איראַן. מע גרײט זײ צו צו פּאַרטיזאַנישע מלחמה־שיטות.


בוענאָס־אײַרעס. אַרגענטינע איז אין טרױער נאָך די פֿאַרפֿלײצונג־קרבנות. בשעת־מעשׂה זײַנען טאָטאַל צעראַבעװעט געװאָרן צענדליקער סופּערמאַרקעטן. װי אַ רעזולטאַט, זײַנען טױזנטער אײַנוווינער געבליבן אָן שפּײַז.


אינדיע. 27 מענטשן זײַנען אומגעקומען אין באָמבײ אונטער די רויִנען פֿון אַן אײַנגעפֿאַלן הױז.


כינע. נאָך צװײ אָנגעשטעקטע זײַנען געשטאָרבן פֿונעם מוטירטן פֿױגל־גריפּ־װירוס.