דעם צווייטן טאָג האָבן מיר זיך שוין געטרייסלט איבערן צעקלאַפּטן וועג אין דער ריכטונג צום דאָרף וואַדול־ראַשקאָוו. אַהין האָט אונדז באַגלייט מאַרינע שרײַבמאַן, די אַלמנה פֿונעם שרײַבער. מאַרינע איז זײַן צווייטע פֿרוי. אַליין אַ רוסישע, איז זי ייִנגער פֿון אים מיט 27 יאָר. זייער צוזאַמענלעבן איז געווען אַ גליקלעכס, און איך ווייס עס נישט פֿון אַ צווייטן. שרײַבמאַן האָט ליב געהאַט פֿרויען, אָבער מאַרינע, מיט איר ליבשאַפֿט און געטרײַשאַפֿט צו אים, האָט געזעטיקט אַלע זײַנע מענערישע חלומות. ווי אַ רעזולטאַט, האָט שרײַבמאַן אַ ביסל פֿאַרבעסערט זײַן רוסיש און געשאַפֿן זײַנע בעסטע ווערק, צווישן זיי — עטלעכע פּערלדיקע מיניאַטורן, געווידמעט „זײַן מאַרינען‟. מאַרינע, פֿון איר זײַט, האָט אונטערן מאַנס השפּעה זיך אויסגעלערנט נישט נאָר צו קאָכן און פֿירן די ווירטשאַפֿט, ווי אַן עכטע ייִדישע באַלעבאָסטע; זי האָט באַהערשט איר מאַנס שפּראַך אַזוי ווײַט, אַז נאָך זײַן טויט האָט זי אַליין צוגעגרייט און אַרויסגעלאָזט אין ייִדיש עטלעכע זײַנע ביכער.
וואַדול־ראַשקאָוו, אַ דאָרף בײַם טײַך דנעסטער, איז פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געווען אַ היפּש ייִדיש שטעטל ראַשקעוו. שרײַבמאַן, וואָס איז דאָרט געבוירן געוואָרן און פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן, האָט געווידמעט אַ גאַנץ בוך דערציילונגען. עס הייסט טאַקע אַזוי, „ראַשקעווער מעשׂיות‟; דאָס ייִדישע שטעטל ראַשקעוו און די ראַשקעווער ייִדן, האָבן זיך באַזעצט כּמעט אין אַלע זײַנע ראָמאַנען, דערציילונגען און מיניאַטורן. שרײַבמאַנס ראַשקעוו קאָן געשטעלט ווערן אין איין ריי מיט די אַלע ליטעראַריש־אויסגעשילדערטע שטעטלעך, ווי מענדעלעס טונעיאַדעווקע, קבצנסק, גלופּסק און שלום־עליכמס קתריאלעווקע, מאַזעפּאָווקע און קאָזאָדאָיעווקע.
יחיאל שרײַבמאַנס דענקמאָל פֿון ווײַסן מאַרמאָר שטייט אין מיטן דאָרף. אויפֿגעשטעלט איז ער לויט דער איניציאַטיוו און אויפֿן חשבון פֿון שרײַבמאַנס זון, עדיק שרײַבמאַן, וואָס וווינט הײַנט אין פֿלאָרידע. איך בין נישט זיכער, צי עמעצער פֿון די דאָרפֿישע אײַנוווינער, אַפֿילו פֿון די אַלטגעזעסענע, האָט פֿריִער געהערט דעם נאָמען שרײַבמאַן; איך וויל אָבער גלייבן, אַז די שילער פֿון דער מיטלשול, וואָס געפֿינט זיך ממש אַנטקעגן דעם דענקמאָל, וועלן איצט פֿאָרט אַרײַנקוקן אין שרײַבמאַנס אַ ביכל, איבערגעזעצט אויף מאָלדאַוויש. איך וויל האָפֿן, אַז פֿון די פֿריילעכע און אומעטיקע ראַשקעווער געשיכטעס וועלן זיי זיך דערוויסן וועגן יענע „מאָדנע באַשעפֿענישן‟, וואָס אַלע אַרום האָבן זיי גערופֿן „זשידאַנע‟, און וועלכע זײַנען מיט אַ מאָל פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, ווי זיך אַוועקגעטראָגן ערגעץ אין קאָסמאָס, בלויז איבערגעלאָזט אינעם עק דאָרף טויזנטער שטיינער מיט אויסגעקריצטע אויף זיי אומפֿאַרשטענדלעכע אויפֿשריפֿטן און צייכנס.
די צענטראַלע אונטערנעמונג, לכּבֿוד יחיאל שרײַבמאַנס 100 יאָר, איז פֿאָרגעקומען אינעם שיינעם, כ’וואָלט אַפֿילו געזאָגט, פּרעכטיקן בנין פֿון דעם קעשענעווער קהילה־הויז. מיט עטלעכע און צוואַנציק יאָר צוריק, ווען אַ קליינע גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן האָבן אין אַ געדונגענעם זאַל דורכגעפֿירט די ערשטע רעפּובליקאַנער פֿאַרזאַמלונג, אויף וועלכער עס איז געגרינדעט געוואָרן די „ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט פֿון מאָלדאַוויע‟, — האָט מען נישט געוואַגט אַפֿילו זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אין קעשענעוו וועט אויפֿגעשטעלט ווערן אַזאַ „קהילה־הויז‟.
דעמאָלט, פֿון די פֿענצטער, וווּ די גרינדונג־פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען, האָט מען געקאָנט גוט זען, ווי אויף דעם צענטראַלן שטאָט־פּלאַץ, האָט געבושעוועט דער המון, באַגײַסטערט פֿון די נאַציאָנאַליסטישע העצערישע לאָזונגען: „רוסן און אַנדערע — פֿאַרנעמט זיך פֿון אונדזער קאַנט!‟ דער המון האָט, אַ פּנים, געהאַלטן, אַז ס’איז גענוג זיך אָפּצוטיילן פֿון רוסלאַנד, צו באַפֿרײַען זיך פֿון די „פֿרעמדע‟ און רעדן רק רומעניש, ווי דאָס לעבן בײַם פֿאָלק וועט באַלד אויפֿבליִען, ווי די סעדער און ווײַנגערטנער פֿרילינג־צײַט.
און מיר דאָרט, אינעם געדונגענעם זאַל, האָבן אויך געזשומעט און אָנגענומען אונדזערע אייגענע נאַציאָנאַלע באַשלוסן, לויט וועלכע עס האָט אויסגעזען, אַז אין אַ פֿינף יאָר אַרום וועט אין דער אומאָפּהענגיקער מאָלדאָווע נישט בלײַבן קיין איין ייִד — אַלע וועלן טאַקע אַרויספֿאָרן, עולה זײַן, עמיגרירן… דערפֿאַר האָבן זיך געהערט קולות, אַז מע דאַרף דאָ גאָרנישט ניט אויפֿשטעלן, אַפֿילו קיין זכר נישט לאָזן נאָך זיך!
קיין היציקע קעפּ האָבן נישט אויסגעפֿעלט סײַ אינעם המון אויפֿן שטאָט־פּלאַץ און סײַ צווישן די פֿאַרזאַמלטע ייִדן אין דעם זאַל. דאָס לעבן, ווי אין אַלע צײַטן, האָט ווידער אַרויסגעוויזן איר ניכטערקייט און קלוגשאַפֿט.
יחיאל שרײַבמאַן האָט זיך אין דער אַרבעט פֿון דער נײַ־געשאַפֿענער ייִדישער אָרגאַניזאַציע נישט באַטייליקט, הגם, ער איז אויף דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג אויסגעוויילט געוואָרן, ווי אַן „ערן־מיטגליט פֿון דער פֿאַרוואַלטונג‟. צי האָט ער געוואַרט צו זען, מיט וואָס ס’וועט זיך דער זשום און רעש פֿאַרענדיקן? צי ס’האָט אים געשראָקן דער „נאַציאָנאַלער אויפֿברויז‟ סײַ צווישן די מאָלדאַוואַנער און סײַ צווישן די ייִדן? ער, אַ מענטש אין די רײַפֿע יאָרן, וואָס האָט איבעגעלעבט אין זײַן לעבן שוין נישט איין „אויפֿברויז‟ — סײַ ווי אַ ייִד בעת די רומענישע פֿאַשיסטן זײַנען אין די 1930ער געקומען צו דער מאַכט, און סײַ ווי אַ ייִדישער שרײַבער בעת די סטאַלינסטישע רדיפֿות.
צווישן אונדז זײַנען דעמאָלט געווען אָנגעשטרענגטע באַציִונגען; ער האָט נישט געקאָנט אײַנזען, ווי די אַרויספֿאָר־כוואַליע ווישט אויף איר וועג אָפּ די אַלע גוטע שפּראָצלינגען ערשט אויפֿגעגאַנגען אויפֿן פֿרישן באָדן פֿון ייִדישן נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן, אויפֿגעוועקט פֿון דער „פּערעסטרויקע‟. עס האָבן זיך צו יענער צײַט באַוויזן ייִדיש־קלאַסן סײַ פֿאַר דערוואַקסענע און סײַ פֿאַר קינדער; אויף דער נאַציאָנאַלער טעלעוויזיע איז צוויי מאָל אין דער וואָך דערשינען אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם „אויף דער ייִדישער גאַס‟, וואָס איך האָב זי געפֿירט אויף ייִדיש; אויף דעם ראַדיאָ — די פּראָגראַם „ייִדיש־לעבן‟, געפֿירט פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף; דאָס בילדונג־מיניסטעריום האָט אַרויסגעלאָזט חיים ביידערס „לערנבוך פֿאַר אָנפֿאַנגער‟, עס איז געגרינדעט געוואָרן די שטאָטישע ייִדישע בילביאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען און נאָך און נאָך.
אין דער זעלבער צײַט, האָבן די ייִדן מאַסנווײַז געפּאַקעוועט זייערע טשעמאָדאַנען און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן. דווקא אין יענער קאַלעמוטנער צײַט האָב איך אָנגעשריבן מײַן אַרטיקל, וווּ דער הויפּט־געדאַנק איז געווען, אַז זיצנדיק אויף די טשעמאָדאַנען, קאָן קיין ייִדישע קולטור נישט ווערן אויפֿגעבויט. שרײַבמאַן האָט עס אויפֿגענומען זייער ווייטיקלעך, כאָטש ער אַליין האָט שוין געהאַט אַ דערלויבעניש אַרויסצופֿאָרן צו זײַן זון קיין אַמעריקע.
מאַרינע האָט עס מיר דערציילט, אַז זי האָט מיט טרערן אין די אויגן צוגערעדט שרײַבמאַנען אַרויסצופֿאָרן, ווי אַלע אַרום טוען — קיין ישׂראל, צי אין אַמעריקע; און שרײַבמאַן האָט זי געהאַלטן אין איין צורעדן, זיי זאָלן פֿאַרבלײַבן אין דער היים, אין קעשענעוו…
די אַלע דערמאָנונגען, ווי אויך אַנדערע, פֿאַרבונדן מיט יענער ווײַטער צײַט, זײַנען מיר אויפֿגעקומען בעת דעם פֿײַערלעכן אָוונט, לכּבֿוד שרײַבמאַנס 100 יאָר, ווי אויך אינעם שרײַבער־פֿאַראיין פֿון מאָלדאַווישע שרײַבער, וווּ ס‘האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט פּראָזאַיִקער און פּאָעטן זיך טיילן מיט זייערע דערמאָנונגען. זײַן ריזיקער פּאָרטרעט איז געשטאַנען אָנגעשפּאַרט אין דער בינע פֿונעם קהילה־זויז, באַפּוצט אונטן מיט פֿרישע וועסנע־קווייטן. און אויף דער בינע אַליין האָבן געזונגען קינדער אויף ייִדיש; יונגע שיינע מיידלעך און ייִנגלעך האָבן געטאַנצט ייִדישע טענץ, עס האָבן זיך געהערט שרײַבמאַנס מיניאַטורן, געלייענט אויף ייִדיש, מאָלדאַוויש און רוסיש; צו דער דאַטע איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ ספּעציעלער קאָנווערט און אַ פּאָסט־מאַרקע מיט שרײַבמאַנס פּאָרטרעט…
און איך האָב אַלץ געטראַכט, צי וואָלט עס מעגלעך געווען, אַז ערגעץ אין ישׂראל אָדער אַמעריקע זאָל אַ ייִדישער שרײַבער האָבן אַזאַ כּבֿוד?! יחיאל שרײַבמאַן האָט געלעבט און געשאַפֿן דאָרט, וווּ ער האָט געליטן און איז געווען גליקלעך. איך ווייס נישט, צי זײַן מאַמע, ווי ער שרײַבט אין איינער פֿון זײַנע מיניאַטורן, האָט טאַקע פֿאַרן טויט געבעטן בײַ איר טאָכטער אַ גלאָז וואַסער פֿונעם דנעסטער; איך מיין, אַז דער לעצטער וווּנטש פֿון דער בעסאַראַבער ייִדענע, וואָלט אויך געקאָנט זײַן דער לעצטער וווּנטש פֿון איר זון, דעם בעסעראַבער ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן.
בײַ דער געלעגנהייט, וויל איך באַדאַנקען די ייִדישע אינסטיטוציעס אין קעשענעוו און בעלץ, וואָס האָבן געטאָן אַלץ, אַז די אַרבעט אין מאָלדאָווע זאָל בײַ אונדז דורכגיין, ווי געשמירט; אַ באַזונדערער יישר־כּוח קומט מאַרינע שרײַבמאַן און סערגאָ בענגעלדאָרף מיט זײַן פֿרוי, אינע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.