נישט לאַנג צוריק איז אינעם נײַעם וואַרשעווער „מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין פּוילן‟ פֿאָרגעקומען אַן אומגעוויינטלעכע חנוכּת-הבית. אַ גרופּע פֿאָרשער און קינסטלער האָט געוויזן דעם פֿאַרזאַמלטן עולם זייער רעקאָנסטרוקציע פֿון דער וווּנדער-שיינער סטעליע, מיט וועלכער ס׳איז געווען באַצירט די הילצערנע שיל אינעם שטעטל גוואָזדזשעץ. דער מוזיי עפֿנט זיך דעם 19טן אַפּריל.
אַ טייל מאָטיוון פֿון די גוואָזדזשעצער שיל-געמעלן זענען באַשריבן געוואָרן אין טאָמאַס הובקאָס פֿאָרש-בוך וועגן דעם דאָזיקן שעדעווער פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער אַרכיטעקטור. דער באַדײַט פֿון אַ סך סימבאָלן אין דער רײַכער ייִדישער קונסט-טראַדיציע בלײַבט אָבער אומקלאָר. אַן אַנדער באַרימטע שיל-סטעליע, פֿון דער כאָדאָראָווער שיל, האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און געפֿינט זיך איצט אינעם תּל-אָבֿיבֿער מוזיי „בית-התּפֿוצות‟.
איינער פֿון די מאָטיוון, וועלכער וואַרפֿט זיך אין די אויגן אין די אַמאָליקע בתּי-תּפֿילה, פֿון די אוראַלטע שילן אין סיריע און ארץ־ישׂראל ביז הײַנט, זענען די צוועלף מזלות. למשל, אין „בית-שלמה‟, די עלטסטע אַשכּנזישע שיל אין מאָנטרעאָל, זענען די זאָדיאַק-צייכנס אָנגעמאָלט אויפֿן צוים פֿון דער עזרת-נשים. אין דער באַרימטער היסטאָרישער „ביאַליסטאָקער שיל‟ אין מאַנהעטן, אַ וויכטיקער אַרכיטעקטור-דענקמאָל פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן לעבן, רינגלט דער גלגל-המזלות אַרום אַ צייכענונג פֿונעם הימל אויף דער סטעליע.
אַסטראָנאָמיע און אַסטראָלאָגיע שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער געשיכטע, קולטור און גײַסטיקער טראַדיציע. רבן אַלטברי, אַ פּערסישער רבֿ פֿונעם 9טן יאָרהונדערט, האָט צום ערשטן מאָל איבערגעזעצט אויף אַראַביש תּלמיס „אַלמעגעסט‟ — אַן אַסטראָנאָמישע ענציקלאָפּעדיע, וועלכע איז געווען אָנגענומען אין דער גאַנצער וועלט ביז קאָפּערניקס אַנטדעקונג.
עס זענען פֿאַראַן הונדערטער ייִדישע ספֿרים, וואָס האָבן צו טאָן מיט אַסטראָנאָמיע און אַסטראָלאָגיע. פֿונדעסטוועגן, קאָנען ווײַט נישט אַלע ייִדן, אַפֿילו די טראַדיציאָנעל-געבילדעטע רבנים, אָנרופֿן הײַנט די ייִדישע נעמען פֿון די מזלות, שוין אָפּגערעדט פֿון די אַנדערע קאָנסטעלאַציעס און שטערן. אויב איר וועט פֿרעגן די מתפּללים צו באַשרײַבן אויף ייִדיש די באַצירונגען פֿון די דערמאָנטע אַמעריקאַנער שילן, וועלן זיי, מסתּמא, אויסנוצן די לאַטײַניש-שטאַמיקע ענגלישע ווערטער.
די טעמע איז אָבער אַקטועל. דער מחבר פֿון די שורות שרײַבט כּסדר אַרטיקלען אין אונדזער רובריק „טשיקאַוועסן פֿון דער וועלט‟ וועגן ווײַטע שטערן און פּלאַנעטן. עס קומט אָבער כּמעט יעדעס מאָל אויס צו שטעלן טערמינאָלאָגישע פֿראַגעס.
אַ צאָל שטערן און געשטערנס ווערן דערמאָנט אין תּנ״ך. ס׳איז אָבער שווער צו באַשטימען זיי קלאָר. דער נבֿיא עמוס רעדט וועגן „כימה וכסיל‟. ס׳זעט אויס, אַז „כּסיל‟ איז די קאָנסטערלאַציע אָריאָן און „כּימה‟ זענען די פּלעיאַדן אָדער איינער פֿון די העלסטע שטערנס. עמוס דערמאָנט אויך די פּלאַנעט סאַטורן, וואָס טראָגט בײַ אים דער נאָמען „כּיוּן‟.
זינט די תּלמודישע צײַטן זענען די אָנגענומענע ייִדישע נעמען פֿון די זאָדיאַק-צייכנס און פּלאַנעטן סטאַנדאַרטיזירט געוואָרן. סאַטורן הייסט שבתאי, יופּיטער — צדק, מאַרס — מאדים, ווענערע — נוגה און מערקורי טראָגט אַן עטוואָס מאָדנעם נאָמען — כּוכבֿ, וואָס מיינט „סתּם שטערן‟. די מזלות, אָנהייבנדיק פֿונעם איצטיקן חודש ניסן, הייסן: טלי, שור, תּאומים, סרטן, אַריה, בתולה, מאָזניים, עקרבֿ, קשת, גדי, דלי און דגים.
שטעלט זיך אָבער פֿאָר אַ פֿאַנטאַסטישע דערציילונג, וווּ אַן אײַנוווינער פֿון אַן אַנדער פּלאַנעט וויל דערקלערן זײַן היים-אַדרעס אויף ייִדיש. די נענטסטע שטערן-סיסטעם פֿון אונדזער זון איז „אַלפֿאַ-סענטאָרי‟. אינעם יאָר 1918 האָט דער „פֿאָרווערטס‟־פֿאַרלאַג אַרויסגעגעבן פֿיליפּ קראַנצס בוך „הימל און ערד: אַסטראָנאָציע פֿאַרן פֿאָלק‟. דעמאָלט האָבן די וויסנשאַפֿטלער שוין געוווּסט, אַז „אַלפֿאַ-סענטאָרי‟ איז אונדזער שכן אין הימל.
דעם מחברס אמתער נאָמען איז געווען יעקבֿ דאָמבראָ; ער איז געווען אַ ייִד פֿון ראָדאָק, אוקראַיִנע, וועלכער האָט זיך געלערנט אינעם פּעטערבורגער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט און געשריבן אויף וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס אין אונדזער צײַטונג. אין זײַן בוך, טענהט קראַנץ, אַז אויף ייִדיש איז נישטאָ קיין אַסטראָנאָמישע טערמינאָלאָגיע. ער גיט זיך אָבער אַן עצה און באַנוצט זיך מיט ענגלישע טערמינען, צומאָל באַגלייט מיט דײַטשמערישע און קלאַסישע לשון-קודשדיקע. „אַלפֿאַ-סענטאָרי‟ געפֿינט זיך, שרײַבט דער אַמאָליקער „פֿאָרווערטס‟-שרײַבער, „אינעם קאָנסטעלאַציאָן סענטאָרוס‟.
צום זאָדיאַק-קרײַז באַציט זיך קראַנץ מיט גרויס דרך-ארץ. ס׳זעט אויס, אַז די ייִדישע לייענער האָבן דעמאָלט גוט געקענט די היימישע נעמען פֿון די מזלות. דער מחבר גיט אָבער צו זייערע ענגלישע נעמען, דערקלערט זיי אויף ייִדיש און דערצו גיט צו אַן אילוסטראַציע מיט אַראַבישע אויפֿשריפֿטן.
די לשון-קודשדיקע מחברים טרעפֿן זיך אָן אויף דער זעלבער פּראָבלעם מיט טערמינאָלאָגיע. רבי פּינחס-אַליהו האָראָוויץ דערקלערט אין זײַן „ספֿר-הברית‟, אַז דעם גלגל-המזלות רופֿט מען בײַם פֿאָלק „טירנקרײַז‟. הלל כּהנא, אַ משׂכּילישער שרײַבער פֿון באַטושאַן, רומעניע, מישט אין זײַן ספֿר „גלילות האָרץ‟ אַ סך דײַטשישע ווערטער און אויסדרוקן צונויף מיט דער קלאַסישער העברעיִשער טערמינאָלאָגיע, וועלכע שטעלט מיט זיך פֿאָר, בעצם, אַן אַדאַפּטאַציע פֿון דער אַראַבישער אַסטראָנאָמישער טראַדיציע.
אין דער אַראַביש-רעדנדיקער וועלט האָבן ייִדן זיך, געוויינטלעך, באַנוצט מיט די אָרטיקע ווערטער פֿון די שטערן, וואָס אַ סך פֿון זיי זענען אָנגענומען געוואָרן אין דער גאַנצער וועלט. ס׳רובֿ באַקאַנטע שטערן-נעמען, אַזעלכע ווי אַלדעבאַראַן, וועגאַ און ריגעל, שטאַמען פֿון אַראַביש. די אַסטראָנאָמישע ידיעות אינעם הײַנטצײַטיקן תּימנער קבלה-ספֿר „נחש הנחושת‟, זענען אָנגעשריבן טיילווײַז אויף אַ ייִדישן דיאַלעקט פֿון אַראַביש. דער מחבר, הרבֿ שלום כּתר, איז ניפֿטר געוואָרן נישט לאַנג צוריק אין ירושלים. פֿאַר אַן אַשכּנזישן ייִד זעט אַזאַ ספֿר אויס ווי אַ רעטעניש.
אַזעלכע קלאַסישע ייִדישע מיטל-עלטערלעכע אַסטראָנאָמען, ווי אַבֿרהם בר חייא און אַבֿרהם אבן-עזרא, האָבן אויסגעאַרבעט אַן אַנטוויקלטע נאָמענקלאַטור אין זייערע שטערן-קאַטאַלאָגן. צום באַדוירן, איז די דאָזיקע טראַדיציע ווייניק באַקאַנט. הגם מיט 800 יאָר צוריק האָבן די ספֿרדישע אַסטראָנאָמישע טערמינען געקלונגען ווי גראָדע איבערזעצונג פֿון אַראַביש אויף העברעיִש, קלינגען זיי הײַנט זייער אייגנאַרטיק. אַבֿרהם בר-חייא איז אַ באַרימטער תּלמיד-חכם, מאַטעמאַטיקער און פֿילאָסאָף פֿונעם 12טן יאָרהונדערט, וועלכער האָט געוווינט אין באַרסעלאָנע, שפּאַניע. „אַלפֿאַ-סענטאָרי‟ הייסט בײַ אים „רגל-הסוס‟, רעגולוס — „לבֿ-האַריה‟ און וועגאַ — „נשר-נופֿל‟, און סיריוס — „כּלבֿ-גדול‟.
אבן-עזרא און אַנדערע ספֿרדישע חכמים פֿון יענער תּקופֿה באַנוצן זיך, בדרך-כּלל, מיט די זעלבע אָדער ענלעכע טערמינען. אויב איר וועט אַמאָל טראַכטן אָנצושרײַבן אַ פֿאַנטאַסטישע דערציילונג מיט פֿרעמדפּלאַנעטישע פּערסאָנאַזשן, זאָלט איר וויסן, אַז סיריוס הייסט בײַ ייִדן „דער גרויסער הונט‟ און „אַלפֿאַ-סענטאָרי‟ — „דער פֿוס פֿונעם פֿערד‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.