ידיעות אױף אײן פֿוס: אַפּריל 8

News Highlights: April 8

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 08, 2013, issue of April 26, 2013.

ירושלים. אין ישׂראל קומען פֿאָר אונטערנעמונגען אין די ראַמען פֿונעם „טאָג פֿון טרױער און גבֿורה‟. בעת דער טרױער־אַקאַדעמיע אין ירושלים האָט „כאַמאַס‟ באַשאָסן ישׂראל מיט דרײַ ראַקעטן. צװײ פֿון זײ זײַנען געפֿאַלן אין עזה־שטרײַף.

די סײַבער־אַטאַק אױף ישׂראל מצד די פּראָ־פּאַלעסטינער האַקערס איז אָפּגעשלאָגן געװאָרן.


פּױלן. טױזנטער מענטשן פֿון דער גאָרער װעלט האָבן אָנטײל גענומען אינעם לעבנס־מאַרש פֿון אױשװיץ קײן בירקענאַו.


תּל־אָבֿיבֿ. באַריכט פֿונעם קאַפּלאַן־אינסטיטוט: אין יאָר 2012 זײַנען די אַנטיסעמיטישע פֿאַרברעכנס אױף דער װעלט געשטיגן אױף 30 פּראָצענט.


דאַבלין. אירלאַנד האָט געמאָלדן װעגן טאָטאַלן חרם אױף די ישׂראלדיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס.


לאָנדאָן. דעװיד קעמעראָן: „די געפֿאַר פֿון אַ נוקלעאַר־קאָנפֿליקט איז הײַנט העכער װי בעתן ׳קאַלטן קריג׳‟.


קאַזאַכסטאַן. נאָך צװײ טעג אונטערהאַנדלונגען, קעטרין עשטאָן: „איראַן האָט ניט פֿאָרגעלײגט קײן שום נײַע פֿאָרלשאָגן לגבי זײער נוקלעאַר־פּראָגראַם. די צדדים זײַנען נאָך אַלץ זײער דערווײַטערט צווישן זיך‟.


קאַיִר. אַרום הונדערט סאַלאַפֿיטן האָבן באַװאָרפֿן מיט שטײנער די איראַנישע אַמבאַסאַדע און געפֿאָדערט אַרױסצושיקן פֿון עגיפּטן די „מערדער־שיִיִטן‟, װעלכע פֿאַרשװעכן דעם „נבֿיא מוכאַמעד‟.


עזה. „כאַמאַס‟ רופֿט די „יו־ען‟ פֿאָרצוזעצן די הומאַניטאַרע און פֿינאַנציעלע הילף אין עזה־שטרײַף. איסמאַיִל כאַניע צו דזשאָן קערי: „עס זײַנען ניטאָ קײן ענדערונגען אין אונדזער פּאָליטיק. מיר װעלן ניט אָנערקענען ישׂראל‟.


ראַמאַלאַ. צה”ל האָט אַרעסטירט דרײַ הױכגעשטעלטע פֿירער פֿונעם „איסלאַמישן דזשיהאַד‟ אין חבֿרון.


דמשׂק. באַשאַר אַסאַד: „די טערקישע רעגירונג און רעדזשעפּ ערדאָגאַן פּערזענלעך זײַנען שולדיק אינעם טעראָר קעגן סוריע. טערקײַ בשותּפֿות מיט ישׂראל פֿאַרניכטן אונדזער לאַנד‟.