די געוועזענע בריטישע פּרעמיערין מאַרגאַרעט טעטשער, וועלכע איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַ גוטער פֿרײַנד פֿון ישׂראל, איז געשטאָרבן מאָנטיק פֿון אַ מוח־אַטאַק. זי איז געווען 87 יאָר אַלט.
טעטשער איז געווען די איינציקע פֿרוי צו דינען ווי אַ פּרעמיער פֿון בריטאַניע, און האָט געדינט לענגער ווי אַלע אַנדערע פּרעמיערינס איבער דער וועלט. צווישן די יאָרן 1979 און 1990 האָט זי אָנגעפֿירט סײַ מיטן לאַנד, סײַ מיט דער קאָנסערוואַטיווער פּאַרטיי.
טעטשער האָט געשטיצט ישׂראל, אָבער זי איז נישט אויסגעקומען מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער מנחם בייגין, וועלכער האָט געדינט צוויי קאַדענצן אין די 1980ער יאָרן. זי האָט גערופֿן בייגין „דער שווערסטער מענטש, מיט וועמען איך האָב אַמאָל געהאַנדלט‟, האָט מאָנטיק איבערגעגעבן די „דזשויִש קראָניקל‟ (Jewish Chronicle). זי האָט זיך אויך שטאַרק קריטיקירט ישׂראלס אַטאַק אויפֿן איראַקישן נוקלעאַרן רעאַקטאָר אין 1981.
„זי איז געווען אַ גרויסע פֿירערין; אַ פֿרוי מיט פּרינציפּן, כּוח און קוראַזש,‟ האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו דערקלערט מאָנטיק. „זי איז אויך געווען אַ געטרײַער פֿרײַנד פֿון ישׂראל און דעם ייִדישן פֿאָלק. זי האָט אינספּירירט אַ גאַנצן דור פּאָליטישע פֿירער.‟
טעטשער האָט גענאָסן פֿון זייער נאָענטע באַציִונגען מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט ראָנאַלד רייגען, און אין איינעם האָבן זיי באַקעמפֿט דעם קאָמוניזם — אַ כּוח, וואָס האָט מיט דער צײַט געהאָלפֿן גורם זײַן דעם צוזאַמענפֿאַל פֿון דער בערלינער וואַנט אין 1989.
אין איר קאַבינעט האָבן געדינט אַ צאָל ייִדן, אַרײַנגערעכנט נײַדזשעל לאָסאָן, מאַלקאָם ריפֿקינד, קיט דזשאָזעף און לעאָן בריטאַן, האָט דער „דזשויִש קראָניקל‟ דערקלערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.