די ייִדישע קהילה אין פּוילן האָט גענוג כּשר פֿלייש בלויז אויף איין חודש, נאָך דעם ווי כּשרע שחיטה איז פֿאַרווערט געוואָרן אָנהייב יאָר. פּיאָטר קאַדליטשיק, פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון פֿרומע קהילות אין פּוילן‟ האָט מאָנטיק דערציילט דער ייִט״אַ וועגן דעם דוחק.
דער סטאַטוס פֿון שחיטה איז געבליבן הענגען אין דער לופֿטן זינט נאָוועמבער 2012, ווען דאָס פּוילישע געריכט האָט געפּסקנט, אַז די ייִדן און מוסולמענער אין לאַנד דאַרפֿן אומבאַוווּסט מאַכן די חיות, איידער מע שעכט זיי. די ייִדישע קהילה ווײַזט אָבער אָן, אויף אַן אַנדער געזעץ פֿון 1997, אין וועלכן עס שטייט געשריבן, אַז די ייִדן אין פּוילן מעגן יאָ כּשר שעכטן. לויטן „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟ און דעם אַמעריקאַנער מלוכה־אָפּטייל וווינען אין פּוילן 6,000 ייִדן און 25,000 מוסולמענער.
דער אַגריקולטור־מיניסטער האָט צוגעזאָגט צו לעגאַליזירן די שחיטה אין פּוילן הײַנטיקס יאָר דורכן פּאַרלאַמענט, אָבער, זעט אויס, אַז די פּראָצעדור האָט זיך פֿאַרצויגן, און דערווײַל בלײַבט די שחיטה אומלעגאַל. לויט דער לעצטער אינפֿאָרמאַציע זענען גרייט די געזעץ־געבער אינעם פּוילישן פּאַרלאַמענט לעגאַליזירן די שחיטה, כאָטש דער „אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד‟, צו וועלכן פּוילן געהערט, פֿאָדערט, אַז די חיות זאָלן „נישט אומנייטיק לײַדן‟. דער פֿאַרבאַנד האָט אָבער אויך געזאָגט, אַז יעדעס לאַנד קען אַליין באַשטימען, צי מע זאָל יאָ, צי נישט דערמעגלעכן כּשרע שחיטה.
פֿאַר אַ יאָרן האָט פּוילן עקספּאָרטירט כּשר־ און האַלאַל־פֿלייש (פֿאַר מוסולמענער) אויף 259 מיליאָן דאָלער. 20% פֿון דעם איז געווען פֿאַר כּשר פֿלייש. זינט דעם אָנהייב יאָר איז דער ציפֿער געפֿאַלן אויף 20%.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.