פּיאָנג־יאַנג. מלוכה־ראַדיאָ פֿון צפֿון־קאָרעע: „מיר רופֿן אַלע אױסלענדער צו פֿאַרלאָזן די טעריטאָריע פֿון דרום־קאָרעע. מיר װילן ניט, אַז זײ זאָלן באַשעדיקט װערן אױב ס’װעט אױסברעכן אַ מלחמה‟.
סעול. געהײם־דינסט: אַלע סימנים װײַזן אָן, אַז צפֿון־קאָרעע גרײט זיך צו אַ נײַעם אױספּרוּװ פֿון נוקלעאַרן װאָפֿן.
רוסלאַנד. װלאַדימיר פּוטין: „כ’װעל ניט לייקענען, אַז די עסקאַלאַציע אױפֿן קאָרעיִשן האַלב־אינדזל באַאומרויִקט אונדז, װײַל מיר זײַנען שכנים. און אױב, גאָט באַהיט, ס‘געשעט עפּעס, וועט טשערנאָביל, װעגן װעלכן מיר אַלע װײסן זײער גוט, אױסזען װי אַ קינדער־מעשׂהלע. צי איז דאָ אַזאַ סכּנה צי ניט? איך מײן, אַז יאָ‟.
טאָקיאָ. יאַפּאַן האָט פֿונאַנדערגעשטעלט די אַנטיראַקעטן־באַטאַרײען „פּעטריאָט‟ אַרום דער הױפּטשטאָט טאָקיאָ און אױפֿן אינדזל אָקינאַװאַ.
ישׂראל. דער חודש מאַרץ האָט צוגעגעבן 4.6 מיליאַרד שקלים צום מלוכה־דעפֿיציט און האָט דערגרײכט 42 מיליאַרד שקלים. סטענלי פֿישער, דער הױפּט־דירעקטאָר פֿון „באַנק־ישׂראל‟ האָט אָפּגעשטעלט דאָס קריטישע פֿאַלן פֿונעם אַמעריקאַנער דאָלאַר מכּוח דעם ישׂראלדיקן שקל. פֿון מײַ 2012 אָן איז דער דאָלאַר „גרינגער‟ געװאָרן אױף 9%.
ירושלים. מחמת טעכנישע סיבות איז אָפּגעלײגט געװאָרן דער װיזיט פֿון דער ישׂראלדיקער דעלעגאַציע קײן טערקײַ.
ראַמאַלאַ. מאַכמוד אַבאַס פֿאָדערט פֿון בנימין נתניהו אַ מאַפּע מיט קלאָרע גרענעצן צװישן מדינת־ישׂראל און פּאַלעסטינע.
אַטען. דער געהײמער ראַפּאָרט פֿונעם פֿינאַנץ־מיניסטעריום באַװײַזט: דײַטשלאַנד איז שולדיק גריכנלאַנד 162 מיליאַרד יוראָ רעפּאַראַציע־געלט, נאָך זינט דעם צװײטן װעלט־קריג.
האַנאָװער. אַ גרופּע האַלב נאַקעטע פֿעמיניסטקעס מיט װוּלגאַרע אױפֿשריפֿטן אױף די פּלײצעס זײַנען באַפֿאַלן דעם רוסישן פּרעזידענט װלאַדימיר פּוטין בעתן זײַן באַזוכן אַן אינדוסטריע־יריד. פּוטין: „דער ספּעקטאַקל איז מיר געפֿעלן געװאָרן, כאָטש איך גופֿא האָב ליב צו פֿירן אַ דיספּוט אָנגעטאָן‟.
טעהעראַן. איראַן האָט אױפֿגעשטעלט צװײ נײַע אוראַניום־שאַכטעס און אַ פֿאַבריק צו באַרײַכערן דאָס אוראַניום־אַרץ.
װאַשינגטאָן. „פּענטאַגאָן‟ האָט פֿאָרגעשטעלט אַ נײַעם לײַזער־אַרמאַט פֿאַר דער אַמעריקאַנער ים־עסקאַדרע אין דעם פּערסישן אײַנגוס.
װאַטיקאַן. דער פּױפּסט פֿרענסיס: „מע דאַרף באַשטראָפֿן די גלחים־פּעדאָפֿילן‟.
בעלגראַד. אַ זעכציק־יאָריקער מאַן האָט דערשאָסן אױף טױט 13 מענטשן פֿון אַ קלײן דאָרף לעבן בעלגראַד. פֿינף מענטשן זײַנען שװער פֿאַרװוּנדעט, צװישן זײ — דער מערדער אַלײן און זײַן פֿרױ. די סיבות פֿונעם מאַסנמאָרד זײַנען ניט באַװוּסט.
באַגדאַד. „אַל־קײַדאַ‟ אין איראַק: „דער ׳אַ־נוסראַ־פֿראָנט׳ אין סיריע איז אַ צװײַג פֿון ׳אַל־קײַדאַ׳”.
נאָװאָסיבירסק. די סיבירער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע האָט געמאָלדן װעגן אַ סענסאַציע־דערפֿינדונג פֿון אַן „אײביקע יוגנט‟־פּרעפּאַראַט, װעלכער איז גורם די װידער־אױפֿשטעלונג פֿון די שטאַם־צעלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.