מיט אַ צײַט צוריק האָבן מיר געשריבן װעגן דער עטימאָלאָגישער פֿאַרבינדונג צווישן „פֿאָדעם‟ און „פּאַטעלניע‟. מיר האָבן אָנגעוויזן אויף דעם, ווי אַזױ ס׳דערקענט אַ שפּראַכפֿאָרשער, אַז אויף מאַמע־לשון איז „פֿאָדעם‟ אַן אַלט וואָרט, „פּאַטעלניע‟, ווידער — אַ נײַס; נאָר ביידע וואַקסן זיי אויס פֿון איין שורש וואָס איז טײַטש ׳פּלאַטשיק׳. דאָס מאָל וועלן מיר אָנװײַזן אויף נאָך אַ גרופּע ווערטער וואָס זענען טײַטש ׳פּלאַטשיק׳, נאָר וואָס זײ װאַקסן אויס פֿון אַן אַנדער שורש, כאָטש אַן ענלעכן.
פֿון וואַנעט וואַקסט אויס דאָס ייִדישע וואָרט „פּלאַץ‟ — ׳אָרט’; אַן אָפֿן אָרט אין אַ שטאָט צי שטעטל, בדרך־כּלל אַרומגערינגלט מיט בנינים? פֿון דײַטש, פֿאַרשטייט זיך. אָבער וועגן דעם לאַנגן מהלך וואָס דאָס װאָרט האָט אַדורכגעמאַכט איידער ס׳איז דערגאַנגען צו דײַטש, איז דאָ גאָר אַ סך צו דערציילן.
צו די דײַטשן איז דאָס װאָרט אָנגעקומען פֿון די פֿראַנצױזן — ווי מיר ווייסן, איז דאָס גאָר נישט קיין זעלטענע זאַך. אויף פֿראַנצײזיש זאָגט מען place; פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון דעם נעמט זיך אויך דאָס ענגלישע place. אונדז ענגליש־קענער איז אויך באַקאַנט דער שפּאַנישער plaza, און אפֿשר אַפֿילו דאָס איטאַליענישע piazza. די אַלע ווערטער וואָרצלען אינעם לאַטײַנישן platea און אינעם גריכישן plateia, ביידע טײַטש ׳ברייט(ע גאַס)׳. נאָר דאָס איז נאָך גאָרנישט. מיט דעם קערן זיך אפֿשר אויך אָן די ייִדישע סינאָנימען „פֿלאַך‟ און „פּלאַטשיק‟, ווי אויך דאָס ענגלישע flat. דאָ זעען מיר, אַזוי ווי בײַ „פֿאָדעם‟ און „פּאַטעלניע‟, ווי דאָס עלטערע וואָרט הייבט זיך אָן מיט „פֿ‟, דאָס נײַערע — מיט „פּ‟.
צו דער משפּחה קען מען אויך צורעכענען דאָס ענגלישע plate ׳טעלער׳. אַגבֿ, „טעלער‟ אַליין, פֿון דײַטשישן Teller — אויך דער מקור פֿונעם פּױלישן talerz, פֿונעם טשעכישן talíř און פֿונעם רוסישן tarelka — נעמט זיך פֿון אַן אַלט־פֿראַנצײזיש וואָרט tailler ׳שנײַדן׳ (אַזױ ווי דאָס ענגלישע tailor ׳שנײַדער׳), וואָרן אַ טעלער איז קודם־כּל געווען אַ שנײַדברעטל. אָבער דאָס איז שוין אַ מעשׂה פֿאַר זיך. plate איז אַ מאָל געווען טײַטש אַ שטיקל מעטאַל, והא־ראַיה: דאָס שפּאַנישע plato ׳טעלער׳, plata ׳זילבער׳. פֿאַראַן אויף ענגליש אויך plaice ׳אַזאַ פֿיש פֿון אַ פּלאַטשיקער פֿאָרעם׳. דאָ גייט אויך אַרײַן דאָס (דײַטשמערישע) „פּלאַטע‟.
ווײַטער: אין פּאַריז רופֿט מען דעם צענטער פֿון דער אַלטער ייִדישער געגנט דאָס „פּלעצל‟ — פֿאַרשטייט זיך, דער דימינוטיוו פֿון „פּלאַץ‟. איז וואָס זשע מכּוח דעם געבעקס וואָס מע רופֿט „פּלעצל‟ — אַ שטייגער, אַ „ביאַליסטאָקער פּלעצל‟ (דאַכט זיך, אַ פּויליש־ייִדישער טערמין; מײַן באָבע, פֿון גראָדנער קאַנט, האָט אויף דעם געזאָגט „(ביאַליסטאָקער) קוכן‟; דער ענגלישער טערמין איז, פֿאַרשטייט זיך, bialy)? אויף דײַטש איז דאָ אַ מין געבעקס Platz און Plätzchen; לויט די מקורים הייסט דאָס געבעקס אַזױ, אָדער ווײַל מע שנײַדט עס אויף אויף אַזאַ מין אופֿן, ס׳זאָל אויפֿפּלאַצן, אָדער ווײַל ס׳איז פּלאַטשיק, אָדער אפֿשר גאָר עפּעס אַנדערש. כּדאַי צוצוגעבן, אַז דער ווערב „פּלאַצן‟ איז עטימאָלאָגיש דאָ נישט שייך — ס’אַן אָנאָמאַטאָפּאָעטיש וואָרט, געפֿורעמט נאָכן קלאַנג וואָס מאַכט אַ זאַך בײַם פּלאַצן.
אײַ, די אַלע ווערטער הייבן זיך אָן מיט „פּ‟; דרינגען מיר, אַז זיי זענען נײַערע, לײַ־ווערטער? װוּ זענען די אַלט־געזעסענע ווערטער, וואָס זיי הייבן זיך אָן מיט „פֿ‟? ווײַזט זיך אַרױס, אַז דאָס שייכדיקע וואָרט איז דאָ… „פֿלאָדן‟. דאָס דײַטשישע Fladen איז טײַטש ‘מין פּלאַטשיקער קוכן’, איז פֿון די מקורים קלאָר, אַז דאָס איז דאָס עלטסטע דײַטשישע וואָרט וואָס וואַקסט אויס פֿון דעם שורש.
דאָ ווילט זיך בלויז צוגעבן נאָך צוויי שורשים, וואָס זענען אין תּוך אַרײַן אויך טײַטש ׳פּלאַטשיק׳: ס’ערשטע, „טיש‟, וואָס איז אַן אָפּשלאָג פֿונעם לאַטײַנישן discus און פֿונעם גריכישן diskos; נאָר ס‘איז אַרײַן אַזוי פֿרי, אַז ס’האָט באַוויזן אָנטאָן אויף זיך אַ גערמאַניש „פּנים‟, מע זאָל זײַן אָפּשטאַם נישט גרינג דערקענען.
ס’צווייטע, „טאָוול‟ און „טאַבעלע‟, וואָס וואַקסן אויס פֿון איין שורש מיטן ענגליש־פֿראַנצייזישן table. איידער table האָט אָנגענומען דעם טײַטש ‘טיש’, איז עס געווען טײַטש ׳טאָוול׳. אַלע וואַקסן זיי פֿונעם לאַטײַנישן tabula ׳ברעט; טאָוול׳. דער שפּראַכפֿאָרשער דערזעט באַלד, אַז דאָס, וואָס סײַ tabula, סײַ table, סײַ „טאָוול‟ הייבן זיך אַלע אָן מיט t/ט איז אַ סימן, אַז די ווערטער זענען שפּעטלעך דערגאַנגען צו די „גערמאַנען‟ (ענגליש, דײַטש און ייִדיש) — צו פֿיל ענלעכקייט הייסט דאָך, אַז די באַציִונג איז נישט קיין גענעטישע! דאָס, וואָס „טאַבעלע‟ איז אַזוי ענלעך צו table און „טאָוול‟ איז נאָך נישט קיין סימן, אַז דאָס צווייטע וואָרט איז עלטער און האָט זיך באַוויזן אַ ביסל ווײַטער צו אַנטוויקלען. אַגבֿ, איז דאָס הײַנטיקע דײַטשישע Tafel אַ ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון „טאָוול‟ — אין מיטל־הויכדײַטש איז דאָס וואָרט נאָך אַלץ געווען Tavel, נענטער צום ייִדישן; דאָ האָט געקערט שפּילן אַ ראָלע דאָס איטאַליענישע tavola „טיש, טאַבעלע‟.
טשיקאַווע, אַז קיין אידיאָמען מיט „פּלאַץ‟ זענען מיר נישט באַקאַנט, נאָר מיט „טיש‟ — אין פֿלוג, נישט קיין אויסנעמלעך וואָרט — זענען יאָ דאָ. „טיש‟ האָט זיך סעמאַנטיש אויסגעברייטערט אין פֿאַרגלײַך מיט Tisch אויף דײַטש: נאָר אויף מאַמע־לשון קען מען זאָגן „פּראַווען טישן‟, „נישטאָ מיט וועמען צו גיין צום טיש‟, „ער קען גיין אונטערן טיש שפּאַצירן‟, „פֿון אַ טיש אַליין ווערט מען נישט זאַט‟, „שטיל ווי שבת נאָכן טיש‟, „עס טוט זיך אויף טיש און אויף בענק‟.
תּיקון־טעות: אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל האָבן מיר געשריבן, אַז דאָס לאַטײַנישע וואָרט cor האָט פֿאַרלוירן דעם d וואָס אין, למשל, גריכישן cardia. אין דער אמתן איז נישט קיין d אינעם נאָמינאַטיוו, אָבער ר’איז יאָ דאָ אין די אַנדערע בייגפֿאַלן: corda ,cordis אאַז‟וו.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.