ניו־יאָרק. — הונדערט באַקאַנטע ייִדן פֿון רוסלאַנד האָבן אָנגעשריבן אַן אָפֿענעם בריוו צום ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, וווּ זיי בעטן אים צו איגנאָרירן דעם אַנדערן אָפֿענעם בריוו, פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכע האָבן אים גערופֿן אָפּצוגעבן די אָקופּירטע שטחים, כּדי צו דערגרייכן שלום מיט די פּאַלעסטינער.
דעם 3טן אַפּריל, האָבן מער ווי הונדערט באַקאַנטע אַמעריקאַנער ייִדישע פֿירער, אַרײַנגערעכנט דעם געוועזענעם שוץ-סעקרעטאַר דובֿ זאַקהײַם און די פֿילאַנטראָפּן טשאַרלז בראָנפֿמאַן, דעני אַבראַהאַם, לעסטער קראַון און סטענלי גאָלד, גערופֿן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער אָנצונעמען אַ מער אַקטיווע שלומדיקע פּאָזיציע לגבי די פּאַלעסטינער. דער בריוו איז געווען אָרגאַניזירט דורכן „ישׂראלדיקן פּאָליטישן פֿאָרום‟. ווי אַ רעאַקציע, האָט אַ גרופּע רעכט-געשטימטע רוסישע ייִדן אָנגעשריבן זייער קאָנטער-בריוו.
אין שײַכות מיטן אַנומלטיקן אָבאַמאַס וויזיט אין ישׂראל, האָבן די אַמעריקאַנער מחברים באַטאָנט, אַז זײַענדיק בירגער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, „שטיצן זיי שטאַרק די ישׂראלדיקע זיכערהייט‟, און געבעטן נתניהו אַרויסצוּווײַזן, אַז זײַן מלוכה איז גרייט אויף „שווערע טעריטאָריאַלע קרבנות‟.
די ייִדן פֿון מאָסקווע און אַנדערע רוסלענדישע שטעט האָבן אין זייער קאָנטער-בריוו אויך באַטאָנט, אַז זיי, זײַענדיק בירגער פֿון רוסלאַנד, ווילן, אַז ישׂראל זאָל האָבן אַ פֿאַרזיכערטע און סטאַבילע צוקונפֿט, נישט ווייניקער ווי די אַמעריקאַנער ייִדן. דערפֿאַר, שרײַבן די מחברים, האַלטן זיי, אַז דער ישׂראלדיקער פּרעמיער מוז נעמען אין באַטראַכט בלויז די אינטערעסן פֿון זײַן אייגן לאַנד, און נישט צוהערן זיך צום אויסערלעכן דרוק, וואָס שײַך די ענינים פֿון זיכערהייט — נישט צו דער מיינונג פֿון דער וועלט, נישט צו די אַמעריקאַנער פֿירער, און אַפֿילו נישט צו די אײַנפֿלוסרײַכע אַמעריקאַנער ייִדן.
צווישן די מחברים פֿונעם קאָנטער-בריוו זענען געווען דער פּרעזידענט פֿונעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟, יורי קאַנער; דער געשעפֿטסמאַן מיכאַיִל פֿרידמאַן, אַ מיטגרינדער פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע; און הרבֿ פּינחס גאָלדשמיט, איינער פֿון די מאָסקווער הויפּט־רבנים און דער פּרעזידענט פֿון דער „קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.