ירושלים. דזשאָן קערי: „טערקײַ און ישׂראל מוזן זײַן גוטע חבֿרים‟.
דמשׂק. סירישע רעגירונג האָט אָפּגעזאָגט די „יו־ען‟־עקספּערטן אַרײַנפֿאָרן אין לאַנד, זײ זאָלן אױספֿאָרשן די פֿאַלן פֿון אױסניצן דאָס כעמיש געװען.
רוסלאַנד האָט עװאַקויִרט פֿון סיריע אַלע אירע בירגער.
די צאָל הרוגים אינעם בירגערקריג איז אַריבער הונדערט טױזנט מענטשן פֿון בײדע זײַטן.
גולן־הױכלאַנד. צוליב די שװערע שלאַכטן אין דמשׂק, האָט באַשאַר אַסאַד איבערגעפֿירט אין דער הױפּטשטאָט די עליטאַרע מיליטער־בריגאַדעס פֿון דער ישׂראלדיקער גרענעץ. די אומבאַװאָפֿנטע UNDOF־כּוחות זײַנען געבליבן אױף הפֿקר, פּנים־אל־פּנים מיט כּלערלײ טעראָריסטישע מיליציעס.
„יו־ען‟. באַריכט פֿונעם זיכערהײט־ראַט: „ניט קוקנדיק אױפֿן עמבאַרגאָ, װערט דאָס געװער פֿון ליביע אַרײַנגעשמוגלט קײן סיריע און עזה־שטרײַך אין אַ גװאַלדיקער קװאַנטיטעט. עס רעדט זיך װעגן די האַנט־ראַקעטן קעגן די עראָפּלאַנען, כּלערלײ מינען, אױפֿרײַסשטאָף, קױלנװאַרפֿערס און שיסװאַרג‟.
לאָנדאָן. מאַרגאַרעט טעטשערס לװיה װעט פֿאָרקומען דעם 17טן אַפּריל.
מחמת טעטשערס טױט, קומען אין אַ סך שטעט פֿון בריטאַניע פֿאָר „קאַניבאַלישע‟ מאַסן־פֿײַערונגען מיט שאַמפּאַניער, געזאַנג און טענץ.
איראַן. 37 הרוגים בעת דער ערדציטערניש ניט װײַט פֿונעם נוקלעאַר־קאָמפּלעקס אין בושער. מער װי 700 געבײַדעס זײַנען רויִנירט געװאָרן, טױזנטער מענטשן — פֿאַרװוּנדעט. די רוסישע אינזשענירן קאָנטראָלירן דעם צושטאַנד פֿון דער נוקלעאַר־עלעקטראָסטאַנציע.
קאַנעטיקוט. באַראַק אָבאַמאַ האָט גערופֿן די קאָנגרעס־לײַט װאָס שנעלער אָנצונעמען אַ געזעץ, װעלכער װעט באַגרענעצן דעם פֿרײַען האַנדל פֿונעם שטורעם־געװער.
ירושלים. דער „ייִדישער טעראָריסט‟ דזשעק טײַטל איז פֿאַראורטײלט געװאָרן צו צװײ לעבנסלענגערע תּפֿיסה־טערמינען מיט אַ צוגאָב פֿון 30 יאָר.
בײדזשין. כינע האָט פֿאַנאַנדערגעשפּרײט צוגאָבלעכע מיליטער־טײלן אױף דער גרענעץ מיט צפֿון־קאָרעע און פֿאַרמאַכט דעם טױער פֿאַר די אױסלענדישע טוריסטן.
תּל־אָבֿיבֿ. אַלע צײַטונגען, טעלעװיזיע און געוויסע פּאָליטיקער האָבן געמאָלדן װעגן דער כּװנה פֿונעם נײַעם פֿינאַנץ־מיניסטער, יאיר לאַפּיד, צו העכערן דעם שׂכר־לימוד אױף 20%. דער שטעלפֿאַרטרעטער פֿונעם פֿינאַנץ־מיניסטער, מיקי לװי, לײקנט עס אָפּ: „סתּם אַ צײַטונגס־פּליאָטקעס! ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן!‟
ירושלים. אַבֿיגדור ליבערמאַן האָט גערופֿן די כּנסת־מיטגלידער מװתּר זײַן אױף 10% פֿון זײער לױן, דהײַנו, 3.900 שקלים אַ חודש.
מאָסקװע. דער קאַפּיטאַל־אָפּפֿלוס פֿון רוסלאַנד אין 2012 האָט דערגרייכט ביז 54 מיליאַרד דאָלאַר. די נעגאַטיװע טענדענץ גײט אָן װײַטער: דער אָפּפֿלוס אינעם ערשטן קװאַרטל פֿון 2013 איז 25 מיליאַרד דאָלאַר.
בעלגראַד. סערביע האָט זיך אָפּגעזאָגט אונטערשרײַבן דעם „אײראָפּעיִשן װאַריאַנט‟ פֿונעם שלום־אָפּמאַך מיט קאָסאָװע, און פֿאָדערט אומגעזאַמט פֿאָרצוזעצן די דירעקטע אונטערהאַנדלונגען מיט די קאָסאָװאַרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.