דער רבֿ פֿונעם כּותל־מערבֿי האָט געזאָגט, אַז ער „קען לעבן מיט‟ אַ פּלאַן וואָס נתן שטשאַראַנסקי, פֿאָרזיצער פֿון דער „סוכנותּ‟ האָט אים פֿאָרגעלייגט, אין וועלכן מע וואָלט געמאַכט אַ שטענדיקן געמישטן אָפּטייל פֿון מענער און פֿרויען בײַם כּותל. הרבֿ שמואל ראַבינאָוויטש האָט זיך געטראָפֿן מיט שטשאַראַנסקין, איידער שטשאַראַנסקי איז אָפּגעפֿאָרן קיין אַמעריקע פֿאָרצולייגן זײַן פּלאַן דינסטיק די אַמעריקאַנער ייִדישע פֿירער אין ניו־יאָרק.
„אַזאַ צעטיילונג איז נישט מײַן השׂגה פֿונעם אָרט, ווײַל איך האַלט, אַז עס דאַרף בלויז זײַן איין פּלאַץ צו דאַווענען על־פּי־טראַדיציע; אָבער מיר קענען מאַכן שלום מיט דער לייזונג‟, האָט דער רבֿ איבערגעגעבן דער צײַטונג „ידיעות אחרונות‟. דעם פֿאָרלייג האָט דער „Forward‟, צו ערשט, פֿאַרעפֿנטלעכט דינסטיק. אַן אַרכעאָלאָגיש אָרט בײַ דער זײַט פֿונעם גרויסן פּלאַץ פֿאַרן כּותל וועט מען איבערמאַכן אין אַ געמישט אָרט פֿאַר מענער און פֿרויען צו דאַוונען צוזאַמען.
„איין כּותל פֿאַר איין פֿאָלק ייִדן‟ האָט שטשאַראַנסקי געזאָגט. „אויף אַזאַ אופֿן וועט דער כּותל נאָך אַ מאָל ווערן אַ סימבאָל פֿון אַחדות בײַם ייִדישן פֿאָלק און נישט פֿון צעשפּאָלטנקייט און חילוקי־דעות. דזשערי זילווערמאַן, פּרעזידענט פֿון „די ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע‟ האָט זיך אויך באַטייליקן אין דער באַגעגעניש אָבער נישט געוואָלט אויסזאָגן קיין פּרטים ביז פּרעמיער בנימין נתניהו וועט נישט מסכּים זײַן אויפֿן פּלאַן.
דער ענין, צי פֿרויען זאָלן קענען דאַוונען ווי אַ מנין בײַם כּותל־מערבֿי האָט אַ לאַנגע געשיכטע. ענת האָפֿמאַן, אַ פֿירערין פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג פֿירט אַ קאַמפּאַניע דאָס צו דערלאָזן, אָבער פֿרומע גרופּעס האָבן זיך אַקעגנגעשטעלט. מסתּמא, וועט די פֿרומע וועלט אויך שטאַרק זיך אַקעגנשטעלן שטשאַראַנסקיס פּלאַן.
ביז הײַנט זענען די רעאַקציעס אויפֿן פּלאַן פֿון דער נישט־פֿרומער וועלט געווען פּאָזיטיוו. האָפֿמאַן האָט געזאָגט דעם „Forward‟, אַז דער פּלאַן „איז נישט אַלץ צו וואָס מיר האָבן געשטרעבט, אָבער ער וועט אײַנפֿירן אַ דראַמאַטישן בײַט און זײַן אַ היסטאָרישער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.