מאיר כאַביב, אַ פֿרומער ייִדישער געשעפֿטסמאַן, איז אַ גוטער מוסטער פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קהילה אין פֿראַנקרײַך: ווי 70% פֿונעם ציבור, שטאַמט ער פֿון צפֿון־אַפֿריקע.
אַחוץ דעם וואָס די מאַיאָריטעט פֿון דער קהילה איז הײַנט אַ ספֿרדישע, זענען די פֿירער פֿון די צוויי גרעסטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס — דער „קאָנסיסטואַר‟, וואָס באַזאָרגט די קהילה מיט אירע רעליגיעזע באַדערפֿענישן, און דער FSJU, וואָס פֿירט דורך סאָציאַלע באַדינונגען — ביידע פֿון ספֿרדישן אָפּשטאַם.
די פֿירערשאַפֿט פֿון דער CRIF — די פּאָליטישע דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון דער פֿראַנצויזיער קהילה — איז אָבער נאָך אַלץ אין די הענט פֿון דער סעקולערער אַשכּנזישער עליטע.
דאָס וועט זיך אפֿשר ענדערן דעם קומעדיקן חודש, אויב דער 52־יאָריקער כאַביב וועט געווינען די וואַלן פֿאַר דער פּרעזידענטשאַפֿט פֿון CRIF. זײַן קאָנקורענט וועט מסתּמא זײַן דער 77־יאָריקער ראָזשע צוקערמאַן, אַ באַנקיר, אַ געוועזענער CRIF־פּרעזידענט — און אַן אַשכּנזישער ייִד.
אויב כאַביב געווינט, וועט עס צונעמען בײַ די אַשכּנזים זייער לעצטע הויפּט־פּאָזיציע פֿון דער קהילישער מאַכט, און דערבײַ באַטרעפֿן אַ היסטאָרישן ווענדפּונקט אין דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין פֿראַנקרײַך.
אָנהייבנדיק פֿון מיט־20סטן יאָרהונדערט, האָבן כוואַליעס פֿון צפֿון־אַפֿריקאַנער אימיגראַנטן פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון די הונדערטער טויזנטער פֿראַנצויזישע אַשכּנזים, וועלכע זענען אומגעקומען אינעם חורבן, עמיגרירט אָדער זיך אַסימילירט, האָט באַמערקט לאָראַנס פּאָדסעלווער, אַ פֿאָרשער בײַם „צענטער פֿון ייִדישע שטודיעס‟ אין דער „פּאַריזער שול פֿון אַוואַנסירטע שטודיעס אין סאָציאַלער וויסנשאַפֿט‟.
זינט דער מאַסן־אימיגראַציע, זענען אַ סך פֿון די ספֿרדישע ייִדן געוואָרן פֿרימער, האָט פּאָדסעלווער געזאָגט. די אימיגראַנטן און זייערע קינדער האָבן אויפֿגעבויט אַ סיסטעם פֿון רעליגיעזע שולן, וווּ עס לערנען זיך הײַנט 30,000 תּלמידים. אין אַן אַנקעטע פֿון פֿראַנצויזישע ייִדן, דורכגעפֿירט אין 2009, האָבן אַ דריטל פֿון די באַטייליקטע געזאָגט, אַז זיי זענען מער רעליגיעז אָפּגעהיט ווי זייערע עלטערן.
כאַביב קומט פֿון דער באַפֿעלקערונג. געבוירן אין פּאַריז בײַ טוניזישע טאַטע־מאַמע, האָט ער שטודירט אינזשענעריע אין ישׂראל בײַם „טכניון‟ און איז דערנאָך אַרײַן אין געשעפֿטן. הײַנט דינט ער ווי דער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון דער צירונג־פֿירמע „גרופּ ווענדאָם‟. ער איז אויך אַ נאָענטער חבֿר מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו, מיט וועמען ער האָט פּסח פֿאַרבראַכט עטלעכע שעה אין ירושלים, און איז אַ שטיצער פֿון חב״ד.
כאַביב האָט שוין פֿריִער קאַנדידירט פֿאַר CRIF־פּרעזידענט אין 2010, אָבער בלויז געוווּנען 35% פֿון די שטימען. דערווײַל דינט כאַביב ווי דער וויצע־פּרעזידענט פֿון CRIF.
אויב כאַביב וועט געווינען די איצטיקע וואַלן, וועט עס מסתּמא שטאַרק ענדערן דעם צוגאַנג פֿון CRIF, וואָס רעפּרעזענטירט 60 ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, און איז באַטראַכט פֿאַרן קול פֿונעם פֿראַנצויזישן ייִדנטום. דער לינק־געשטימטער לאַגער זאָרגט זיך, אַז כאַביב וועט פֿאַרשטאַרקן די רעליגיעזע פֿירערשאַפֿט אין לאַנד; שטיצן נתניהוס רעכט־געשטימטע פּאָליטיק, און עפֿנטלעך אויסדריקן קאָנטראָווערסיעלע מיינונגען, אויפֿן אָרט פֿון שטילער דיפּלאָמאַטיע.
„צוקערמאַן האָט די דיפּלאָמאַטישע פֿעיִקייטן, וואָס פֿעלן בײַ כאַביב,‟ האָט דערקלערט דוד כעמלאַ, דער טוניזיע־געבוירענער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון JCall — אַ לינק־געשטימטע ייִדישע אָרגאַניזאַציע אויפֿן מוסטער פֿון דער אַמעריקאַנער JStreet.
כאַביבס שטיצער האַלטן אָבער, אַז זײַן עמאָציאָנעלער, אַגרעסיווער סטיל איז פּונקט וואָס די קהילה דאַרף איצט האָבן, אין אַ צײַט פֿון גיך־וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם.
„ס׳וואָלט געווען גוט צו האָבן אַ רעליגיעזן, ספֿרדישן פֿירער,‟ האָט באַמערקט בערנאַרד גיגי, אַ ספֿרדישער דימענט־הענדלער אין מאַרסיי. „הײַנט זענען פֿעסטע אַקציעס וויכטיקער ווי דיפּלאָמאַטיע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.