ד״ר בערל (באַרני) זומאָף וועט באַקומען די זעקסטע „אָנערקענונג פֿאַר אַ לעבן לטובֿת ייִדיש‟ בײַ דער 15טער קאָנפֿערענץ פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן‟ שבת־צו־נאַכטס, דעם 27סטן אַפּריל 2013 אין פּיטסבורג, פּענסילווייניע. עס וועט אים צוטיילן די אָנערקענונג פּראָפֿ׳ יוסף ווײַסמאַן, דער פּרעזידענט פֿון דער אַסאָציאַציע. די קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַסאָציאַצע פֿון ייִדיש־קלובן‟ ציט צו ייִדישיסטן פֿונעם גאַנצן לאַנד און אַנדערע לענדער, און אָנטיילנעמער באַטייליקן זיך אין כּלערליי וואַרשטאַטן און הערן פֿאַרשיידענע לעקציעס וועגן דער ייִדישער קולטור.
די פֿריִערדיקע געווינער פֿון דעם כּבֿוד זענען געווען: חנה מלאָטעק, לילקע מײַזנער, שמעון סווריסקי, ד״ר האַראָלד בלעק און דער ערשטער פּרעזידענט פֿון דער אַסאָציאַציע — פּאָל מעלרוד.
ד״ר זומאָף האָט שוין איבערגעזעצט מער ווי 21 ייִדישע ביכער אויף ענגליש און געהאַלטן אָנפֿירנדיקע פּאָזיציעס אין דער ייִדישער קולטור. ער איז געווען דער פּרעזידענט פֿון דער „פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע‟, „אַרבעטער־רינג‟, „פֿאָלקסבינע‟, „ייִדישער קולטור־קאָנגרעס‟, און רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן פּאָעזיע־אָפּטייל אינעם זשורנאַל „Jewish Currents‟.
פֿון פֿאַך איז ד״ר זומאָף אַן ענדאָקרינאָלאָג און אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מעדעצין אין „אַלבערט אײַנשטײַן קאָלעדזש פֿון מעדיצין‟, „באַרג סיני שול פֿון מעדיצין‟ און אַסאָציִיִר־פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט.
אין דער קאָנפֿערענץ־פּראָגראַם דאָס יאָר וועלן זיך באַטייליקן פּראָפֿ׳ רות ווײַס, ד״ר חנה־פֿייגל טורטלטויב, רות גודמאַן, ד״ר גערבען זאַגסמאַ, נפֿתּלי איידלמאַן, לעאָ מעלאַמעד, קאָליע באָראָדולין, וויוויאַן פֿעלסאָן, שרון פּאָקער־ריוואָ, פּראָפֿ׳ רפֿאל פֿינקעל, פּראָפֿ׳ יאָשי היראָסי, זאבֿ שולמאַן, ד״ר האַרי בוכנער, ראָשעל צוקער, צווישן אַ סך אַנדערע. וועגן דער נײַער „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט וועט רעדן איציק גאָטעסמאַן. אין דער מוזיקאַלישער פּראָגראַם וועלן אויפֿטרעטן יעיל סטראָם און עליזיבעט שוואַרץ, בנימין, ריינע און טעמע שעכטער, לאָרי כּהן־סײַמאָן, בען און רבֿקה נאַדלער, דזשעק און דזשיין מאָסטאָוו און אַנדערע.
צו לייענען די גאַנצע פּראָגראַם און אַלע פּרטים וועגן דער קאָנפֿערענץ, גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט: //www.derbay.org/pittsburgh/
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.