ידיעות אױף אײן פֿוס: אַפּריל 11

News Highlights: April 11

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 11, 2013, issue of May 10, 2013.

פּיאָנג־יאַנג. די באַליסטישע ראַקעטן פֿון צפֿון־קאָרעע זײַנען גרײט אויסצושיסן.


סעול. פֿאַרטײדיקונגס־מיניסטעריום: „מיר זײַנען שוין צוגעװױנט צו די צפֿון־קאָרעיִשע פּראָװאָקאַציעס, אָבער דאָס מאָל איז דער מצבֿ ממש אַן ערנסטער‟.


װאַשינגטאָן. אַדמיראַל סעמיועל לאָקליר: „איך בין זיכער, אַז מיר זײַנען בכּוח צו פֿאַרטײדיקן אונדזער פֿאָלק, צו פֿאַרטײדיקן די אינדזלען האַװאַיִ און גואַם, װי אױך — אונדזערע פֿאָדערשטע מיליטער־פּאָזיציעס און אונדזערע אַליִיִרטע.


פּױלן. דער צענטראַלער פּלאַץ אין דער שטאָט פּלאָנסק האָט באַקומען אַ נײַעם נאָמעם — בן־גוריון־פּלאַץ.


חיפֿה. אַ שרעקלעכער אינצידענט צװישן אַ לאַסט־אויטאָ און צען פּריװאַטע אױטאָס איז נעכטן פֿאָרגעקומען. 6 הרוגים, צענדליקער פֿאַרװוּנדעטע.


ראַמאַלאַ. מחמת די שװערע מחלוקתן אין דער פּאַלעסטינער רעגירונג, האָט דער פּרעמיער סאַלאַם פֿאַיאַד דערלאַנגט דעם פֿאָרזיצער אַבו מאַזען אַ בקשה צו באַפֿרײַען אים פֿונעם פּאָסטן.


װאַשינגטאָן. באַראַק אָבאַמאַ האָט פֿאָרגעלײגט אַ פּשרהדיקן פּראָיעקט פֿונעם פֿינאַנץ־בודזשעט אױף 2014. עקספּערטן: „באַראַק אָבאַמאַס קאָמפּראָמיסלעכער פּראָיעקט איז אַן אוטאָפּיע‟.


געסען. אין אַ רײ דײַטשישע טורמעס איז אַנטדעקט געװאָרן אַ געהײמע נעאָ־נאַצישע נעץ. יאָרגע־אוּװע כאַנאַ, יוסטיץ־מיניסטער פֿון לאַנד געסען: „מיר האָבן פֿעסטע באַװײַזן װעגן עקזיסטענץ פֿון אַ נעץ, אָדער אַן אָרגאַניזאַציע, װעלכע איז טעטיק ניט נאָר אין געסען, נאָר אין גאַנץ דײַטשלאַנד‟.


לאָנדאָן. דער נאָבעל־לאַורעאַט ראָבערט עדװאַרדס, דער „פֿאָטער‟ פֿון אַריבער 5 מיליאָן „פּראָביר־טרײַבל־קינדער‟ איז אַװעק אין דער אײביקײט אין דער עלטער פֿון 87 יאָר.


מאָנטעװידעאָ. דער אורוגװײַער קאָנגרעס האָט אָנערקענט די האָמאָ־לעסבישע זיװוּגים.


אַנקאַראַ. דער װיזיט פֿונעם טערקישן פּרעמיער ערדאָגאַן קײן עזה איז אָפּגעלײגט געװאָרן אױף סוף מײַ.


דאָכאַ. קאַטאַר מעלדעט װעגן די פֿילצאָליקע הרוגים צװישן די געדונגענע זעלנערס פֿון „כאַמאַס‟ און „כעזבאָלאַ‟, װעלכע נעמען אָנטײל אין די בלוטיקע שלאַכטן אין סיריע. דער „אַל־נוסראַ־פֿראָנט‟, װעלכער קעמפֿן אין די רײען פֿון דער סירישער אָפּאָזיציע, האָט אָנערקענט, אַז „אַל־נוסראַ‟ איז אַ צװײַג פֿון „אַל־קײַדאַ‟.


באַנגלאַדעש. מאַסן־דעמאָנסטראַציעס אין דאַקאַ. דער המון פֿאָדערט פֿון דער רעגירונג אײַנפֿירן אין לאַנד אַ טױטשטראָף פֿאַר די קריטיקער פֿון איסלאַם.


טערקײַ. די פּאָליציי האָט צעטריבן אַן אַכזריותדיקע דעמאָנסטראַציע לעבן דער תּפֿיסה אין הינטערשטאָט פֿון איסטאַנבול. די דעמאָנסטראַנטן האָבן פּראָטעסטירט קעגן דער איסלאַמיזאַציע פֿון טערקײַ און קעגן די רדיפֿות אױף די סעקולערע מיליטער־לײַט.


ירושלים. שװערע װיכּוחים אַרום דער כּװנה פֿון דער „משפּחה עופֿר‟ צו פֿאַרקױפֿן די „ישׂראלדיקע כעמיקאַליען‟, וואָס איז 65 מיליאַרד שקלים, צו דער קאַנאַדער פֿירמע „פּאָטאַש‟.


פּױלן. אַ פֿרױ האָט דערשטיקט דרײַ אירע נײַ־געבױרענע קינדער און פֿאַרשטעקט זײ אין אַ פֿריזער פֿון אַ קילשאַפֿע. „כ’האָב ניט געקענט זיך צעשײדן מיט זײ‟, — האָט דערקלערט דער פּאָליציי די 41־יאָריקע „מאַמע‟.


מאַנאַמאַ. דער באַכרײנער פּאַרלאַמענט האָט אָנגענומען אַ געזעץ, װעלכער באַשטימט אַלע צװײַגן פֿון „כעזבאָלאַ‟ װי אַ טעראָריסטישע כּנופֿיא.