בײַם זאַמלען אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם ייִדישן שרײַבער לאַמעד שאַפּיראָ פֿאַר דעם „ייִדישקייט־ל״אַ״־קאַלענדאַר וועבזײַטל, איז ד״ר ראָבערט אַדלער־פּעקאַרער, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער קולטור־אָרגאַניזאַציע, אײַנגעפֿאַלן צו געפֿינען דעם קבֿר פֿון שאַפּיראָ, וועלכער איז געשטאָרבן אין 1948. געפֿינען דעם קבֿר האָט ער, אָבער דעם מצבֿ פֿון דער מצבֿה און דעם גאַנצן בית־עולם האָט אים שאָקירט.
לאַמעד שאַפּיראָ איז געבוירן געוואָרן אין 1878 אין אוקראַיִנע און האָט דאָרטן איבערגעלעבט אַ פּאָגראָם אין די 1890ער יאָרן. י. ל. פּרץ האָט אים מקרבֿ געווען און געהאָלפֿן דרוקן זײַנע ערשטע דערציילונגען. ער איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1906, געשריבן פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ און אָנגעהויבן צו שרײַבן בלוטיקע מעשׂיות, וועלכע קומען פֿאָר בעת אַ פּאָגראָם, ווי „דער קוש‟ און „דער צלם‟. צו יענער צײַט האָט זײַן סטיל מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ ריס מיט דער קלאַסישער ייִדישער טראַדיציע פֿון מענדעלע און שלום־עליכם.
ער איז צוריקגעפֿאָרן קיין אייראָפּע און נאָך אַ מאָל געקומען קיין אַמעריקע אין 1911. גרויליקע דערציילונגען, ווי „ווײַסע חלה‟, האָט ער ווײַטער געשריבן. די קריטיק האָט געלויבט זײַן טיפֿן פּסיכאָלאָגישן צוגאַנג און אין די ווײַטערדיקע יאָרן האָט ער רעדאַקטירט דעם זשורנאַל „סטודיאָ‟ און געדרוקט די וויכטיקע זאַמלונג „נויאָרקיש און אַנדערע זאַכן‟ און קלענערע ווערק ווי „דער שרײַבער גייט אין חדר‟ און „פֿון קרבן מינחה‟.
אין 1921 איז שאַפּיראָ געפֿאָרן קיין לאָס־אַנדזשעלעס צום ערשטן מאָל, און זײַן פֿרוי איז דאָרטן געשטאָרבן אין 1927. פֿאַר אַ סך יאָרן האָט ער געאַרבעט אויף כעמישע אַנטוויקלונגען, צווישן זיי אויסצוגעפֿינען פֿאָטאָגראַפֿיע אין נאַטירלעכע קאָלירן, אָבער פֿון דעם איז גאָר נישט געוואָרן. ער איז געפֿאָרן פֿון איין ברעג אין אַמעריקע צום צווייטן, פֿון לאָס־אַנדזשעלעס קיין ניו־יאָרק און צוריק. אין ניו־יאָרק איז ער געווען דער באַלעבאָס פֿון אַ רעסטאָראַן אויף דער איסט־סײַד, און אין 1939 נאָך אַ מאָל זיך באַזעצט אין לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ ער איז געשטאָרבן אין 1948, עלנט, וווינענדיק אין אַ גאַראַזש, וואָס האָט געהערט צו אַ חבֿר, אַ פֿאָטאָגראַף. זײַנע שרײַבער־פֿרײַנד אין לאָס־אַנדזשעלעס האָבן אַרויסגעגעבן זײַנע „כּתבֿים‟ אין 1949.
ער איז באַגראָבן געוואָרן אין „הר־ציון בית־עולם‟, וואָס ליגט אין מיזרח־לאָס־אַנדזשעלעס, גאַנץ נאָענט צו דעם סופּער־שאָסיי — „דער פֿריוויי‟. אַמאָל איז די דערבײַיִקע געגנט בויל־הײַס געווען אַ ייִדישע, אָבער הײַנט איז איסט־ל״אַ באַקאַנט פֿאַר איר גרויסער מעקסיקאַנער באַפֿעלקערונג. אָפֿיציעל, לויט אַ שילדל בײַם אַרײַנקומען, ווערט דאָס פֿעלד „אויפֿגעהאַלטן דורך בײַשטײַערונגען צום הר־ציון בית־עולם־פֿאָנד און אַ דאַנק דער ברייטהאַרציקייט פֿונעם ׳ייִדישן פֿעדעראַציע־ראַט׳. אָבער אָך און וויי צו אַזאַ השגחה!
פּעקאַרער איז צוזאַמען מיט אַ ממונה פֿונעם בית־עולם, דורכגעקראָכן אַ לאָך אינעם פּלויט. אויפֿן בית־החיים האָבן זיי באַלד געזען, אַז די מצבֿות האָט מען איבערגעקערט, און אַז קיינער האָט נישט אַכטונג געגעבן אויף די קבֿרים. שאַפּיראָס מצבֿה האָט ער געפֿונען — געשאַפֿן אין דער פֿאָרעם פֿון אַן אָפֿענעם בוך. כאָטש מע האָט עס איבערגעקערט, איז עס געפֿאַלן, צום גליק, מיט דער שריפֿט אַרויף, האָט ער די מצבֿה געקענט לייענען. די מצבֿה פֿון שאַפּיראָס פֿרוי, וועלכע ליגט לעבן אים, האָט נישט געהאַט אַזאַ מזל, און דעם שטיין קען מען נישט לייענען.
פּעקאַרער איז שוין געווען צוגעוווינט צו חרובֿ־געוואָרענע בית־עולמס אין מיזרח־אייראָפּע, אָבער ער האָט נאָך נישט געזען אין אַמעריקע אַזאַ איבערקערעניש. שאַפּיראָס לעצטע יאָרן זענען געווען טרויעריקע — געשיכּורט, דערשלאָגן — און וווּ ער ליגט באַגראָבן שפּיגלט אָפּ די געפֿאַנלנקייט, זאָגט פּעקאַרער. אויף שאַפּיראָס מצבֿה שטייט געשריבן אויף ייִדיש: „לאַמעד־לוי שאַפּיראָ: מחבר פֿון ׳די ייִדישע מלוכה׳, מערץ 10, 1878 — אויגוסט 25, 1948‟. כּבֿוד זײַן אָנדענק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.