מאָראַל

Morality

Getty Images

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 11, 2013, issue of May 10, 2013.

איך קען ניט זאָגן, אַז מיר קומט אויס צו רעדן אָפֿט מיט חסידים. מיר לעבן אין לחלוטין פֿאַרשיידענע דימענסיעס פֿון דער וועלט, געהערן צו פֿאַרשיידענע קולטור-סבֿיבֿות, אונדזערע ווערטן פֿאַלן, בדרך-כּלל, ניט צונויף; און די שפּראַכן — זייער ייִדיש און מײַן ייִדיש — רעדן מיר, אין תּוך אַרײַן, פֿאַרשיידענע. אָבער איך האַלט בשום-אופֿן ניט, אַז איך בין בעסער פֿון זיי. זיי לעבן זייער לעבן, און איך האָב דרך-ארץ צו זיי. אָבער מיר שײַנט, אַז צו מיר, און אַזעלכע ווי איך, „פֿרײַע ייִדן‟, האָבן זיי זייער ווינציק אָפּשײַ. איך פֿיל עס יעדעס מאָל, ווען איך האָב אַ שמועס מיט אַ חסיד, און נאָך מער — מיט אַ חסידישער פֿרוי.

וועגן דעם, ווי אַזוי עס ווערט בײַ די חסדים געפֿירט זייער משפּחה-לעבן, ווייס איך זייער ווייניק. אָבער ווען מע זעט זיי מחוץ זייער היים, וואַרפֿט זיך געוויינלעך אין אויגן די צענטראַלע ראָלע, וואָס עס שפּילט די פֿרוי. זי קאָמאַנדעוועט מיט די קינדער און, מיר דאַכט זיך, מיטן מאַן אויך. די אויגן פֿון אַזאַ אשת-חיל זײַנען פֿול מיט ענערגיע צי, וואָלט איך געזאָגט, פֿײַער, בעת דער מאַן, וואָס שלעפּט זיך לעבן איר, איז גאַנץ אָפֿט אַ פֿאַרטרוימטער. אמת, דאָס איז כאַראַקטעריש ניט נאָר פֿאַר יענער סבֿיבֿה. איך מיין, אַז ווען איך פֿאָר מיט מײַן ווײַב אײַנקויפֿן אַכילה אויף אַ וואָך, זע איך אויס אויך אַ פֿאַרחלומטער, בעת מײַן ווײַב איז ענערגיש און זאַכלעך.

חסידישע מאַנצבלען פֿירן ניט, בדרך-כּלל, קיין שמועסן מיט מיר. אַפֿילו ייִדיש ווילן זיי ניט מיט מיר רעדן; און ענגלישע ווערטער אויך אינוועסטירן זיי אין מיר זייער שפּאָרעוודיק: נאַ דיר אַ וואָרט, און נאָך אַ וואָרט… און גענוג. אפֿשר גייט זיי ניט אָן וואָס פֿאַר אַ גורל וועט אויספֿאַלן אויף מײַן זינדיקן קאָפּ. אָדער זיי פֿילן, אַז פֿון אַזאַ נידעריקער באַשעפֿעניש, וואָס איך שטעל מיט זיך פֿאָר אין זייערע אויגן, וועט קיין תּכלית סײַ-ווי ניט זײַן — טאָ צוליב וואָס וועלן זיי פּטרן צײַט אויף מיר?

מיט פֿרויען איז אַנדערש. זיי הייבן באַלד אָן צו פֿירן מיט מיר אַ פּראָפּאַגאַנדע-קאַמפּאַניע, וואָס איר ציל איז צו ווײַזן, איבערצײַגן מיך, ווי נישטיק מײַן לעבן איז, אויב מע קען עס אָנרופֿן בכלל מיטן וואָרט „לעבן‟. איך האָב זייער ליב אויסצוהערן זיי, די פֿרויען. און דאָ וועל איך זאָגן אַ שרעקלעכע, פּאָליטיש ניט קיין קאָרעקטע זאַך: איך האָב באַזונדערס ליב, ווען אַזאַ פּראָפּאַגאַנדע פֿירט אַ שיינע פֿרוי. חסידישע פֿרויען זעען איצט אויס, ווי פֿון מלך סאַבעצקיס צײַטן — אַ שליאַפּקעלע אויפֿן קאָפּ מיט אַ רייצנדיק באַנטיקל. מיט אַ וואָך צוריק איז אַזאַ יונגע יפֿת-תּואר, מיט אַ שליאַפּקעלע און אַ באַנטיקל, געזעסן לעבן מיר אין דעם עראָפּלאַן, וואָס האָט אונדז ביידע געפֿירט פֿון ניו-יאָרק קיין לאָנדאָן. דער מאַן, ווידער אַ מאָל אַ פֿאַרחלומטער צי אַ פֿאַרשלאָפֿענער, האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט די פֿינף קינדער זייערע, בעת די פֿרוי האָט געהאַלטן אין איין דרשענען. בײַם אָנהייב האָב איך געפּרוּווט דאָ און דאָרטן אַרײַנשטעלן אַ וואָרט, אָבער מיר איז גיך קלאָר געוואָרן, אַז מע דאַרף עס ניט טאָן. מע דאַרף זיך פּשוט אויסשפּאַנען און באַקומען אַ פֿאַרגעניגן פֿון שווימען אין די ווערטער, וועלכע שטראָמען פֿון דעם געטאָקט מײַלעכל.

די פֿרוי האָט מיר דערציילט וועגן איר ייִחוס: איר זיידע איז געווען באַוווּסט ווי זייער אַ גוטער מוהל, אפֿשר איז ער געווען דער בעסטער מוהל אין גאַנץ לאַנד. ער איז אַפֿילו געפֿאָרן קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, כּדי דאָרטן בסוד מלע זײַן ייִדישע ייִנגלעך. זי האָט מיר דערקלערט איר (און ניט נאָר איר) באַציִונג צו פּראָפֿעסיאָנעלער בילדונג — אַז דאָס איז אַ געפֿערלעכע, פֿאַרפֿירערישע זאַך. צוליב דער בילדונג קענען יונגע מענטשן אַראָפּגעפֿירט ווערן פֿון דעם גלײַכן וועג. פֿון אַן אוניווערסיטעט קען אַרויסגיין אַ מאָראַליש צעבראָכענער פּאַרשוין. און מע דאַרף זיי ניט האָבן — די אוניווערסיטעטן. ס‘איז אַ סך בעסער, ווען מע האָט אַן אייגן געשעפֿט, און שוין.

אַרײַנגעזאָגט האָט זי אויך די וועלטלעכע ישׂראלים, וועלכע האָבן פֿײַנט די חרדים און רעדן מיאוסע זאַכן וועגן זיי. מע פֿאַרשטייט ניט די פּשוטע זאַך, אַז די וועלט בלײַבט אַזאַ, ווי זי איז איצט, נאָר אַ דאַנק די ייִדן, וואָס רײַסן זיך ניט אָפּ פֿון די ספֿרים. אַנדערש וואָלט געווען גאָר שלעכט, זייער אַמאָראַליש, בפֿרט נאָך אַז די ייִדן זײַנען פֿון אַלע זײַטן אַרומגערינגלט מיט אַנטיסעמיטן.

פּלוצעם האָט זי זיך אָפּגעשטעלט און זיך צו מיר געוואָנדן:

„טוט מיר אַ טובֿה — זעצט זיך איבער, מיר זאָלן קענען אַוועקלייגן דאָס קינד שלאָפֿן.‟

האָב איך איר געזאָגט, אַז איך וועל אַוודאי זיך איבערזעצן, זאָל זי מיר נאָר אונטערזוכן אַן אָרט, ווײַל דער עראָפּלאַן איז פֿול געפּאַקט. האָט זי זיך אַרומגעקוקט און מיר געזאָגט: „ס‘איז דאָ אַן אָרט. אָבער איך בין ניט זיכער, צי איר וועט וועלן זיצן דאָרטן‟, און זי האָט שטילער צוגעגעבן: „לעבן אַ שוואַרצער‟.