אין די הײַנטיקע בילדונג-פּראָגראַמען וועגן דעם חורבן, ווערט די ראָלע פֿון דאָקומענטאַלע פֿילמען אַלץ וויכטיקער. די שאַפֿער פֿון דאָקומענטאַרן שטויסן זיך אָבער כּסדר אָן אויף פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען צוליב דעם, וואָס געוויסע אינסטיטוציעס טענהן, אַז זיי זענען די אייגנטימער פֿון פֿילם-רעקאָרדירונגען, וווּ עס ווערן געוויזן די נאַצי־פֿאַרברעכנס קעגן ייִדן.
די רעזשיסאָרן ווילן אַרײַנשטעלן אַזעלכע מאַטעריאַלן אין זייערע חורבן-פֿילמען. די דערמאָנטע אינסטיטוציעס פֿאָדערן אָבער בײַ זיי כּסדר גרויסע סומעס פֿון טויזנטער דאָלאַרן אָדער יוראָס פֿאַרן רעכט אויסצונוצן אַפֿילו אַ קליינעם קינאָ-פֿראַגמענט, וואָס דויערט בלויז אַ מינוט אָדער ווייניקער. פֿאַר אַן אומאָפּהענגיקן רעזשיסאָר זענען די פּרײַזן אוממעגלעך הויך. צוליב דעם קאָנען אַ צאָל פֿאַראינטערעסירטע מענטשן נישט שאַפֿן נײַע חורבן-דאָקומענטאַרן.
טרייסי אָ׳ברײַען, די דירעקטאָרין פֿון ביבליאָטעק-באַדינסט בײַ דער אָרגאַניזאַציע „Facing History and Ourselves‟ („באַטראַכנדיק די געשיכטע און אונדז אַליין‟), האָט געטענהט, אַז הײַנט זענען די דאָקומענטאַלע פֿילמען וועגן דעם חורבן באַזונדערס וויכטיק, ווײַל אַלץ ווייניקער לעבעדיקע מענטשן געדענקען די טראַגישע געשעענישן פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. ס׳איז אַלץ שווערער צו געפֿינען די שארית-הפּליטה אָדער אַפֿילו זייערע באַפֿרײַער פֿונעם נאַצי-גענאָציד, וועלכע קאָנען דערציילן קינדער פּנים-אל-פּנים וועגן דעם חורבן.
אין אָ׳ברײַענס אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע, מיטן צענטער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַטייליקן זיך בערך 30,000 לערער אַרום דער וועלט, וועלכע קעמפֿן קעגן ראַסיזם און קסענאָפֿאָביע. די דירעקטאָרין האָט געטענהט, אַז, לויט איר מיינונג, טראָגן די אייראָפּעיִשע פֿילם-אַרכיוון דאָס מאָראַלישע אַחריות פֿאַר די וויכטיקע בילדונג-פּראָיעקטן, און מוזן דערלויבן די פֿילם-שאַפֿער צו באַנוצן זיך מיט די היסטאָרישע קינאָ-קאַדרען בחינם אָדער פֿאַר אַ צוטריטלעכן פּרײַז.
צווישן די אייגנטימער פֿון די אַלטע מלחמה-קאַדרען זענען די נאַציאָנאַלע אַרכיוון פֿון דײַטשלאַנד, פּוילן, רוסלאַנד און אוקראַיִנע, ווי אויך פּריוואַטע זאַמלער, מוזייען און טעלעוויזיע-קאַנאַלן. ווען עמעצער וויל שאַפֿן אַ פֿילם וועגן דעם חורבן, מוז מען פֿון אָנהייב אָן האָבן אין באַטראַכט, אַז דאָס רעכט צו ווײַזן אַן אַלטן קינאָ-פֿראַגמענט קאָסט צומאָל הונדערטער טויזנטער דאָלאַר, און צומאָל אַפֿילו אַ מיליאָן. די אַרכיוו-אינסטיטוציעס טענהן, אַז זייער טעטיקייט פֿאָדערט הויכע הוצאות — דערפֿאַר בעטן זיי אַזויפֿיל געלט.
אָ׳ברײַען האָט אָבער באַמערקט, אַז למעשׂה זענען די פּרײַזן אומפּראָפּאָרציאָנעל הויך און בכלל האַלט זי, אַז ס׳איז אומעטיש צו פֿאַרוואַנדלען די קאַדרען פֿונעם גענאָציד אין אַ קוואַל פֿון רווח.
באָני ראָוואַן, אַ פֿילם-פֿאָרשערין פֿון וואַשינגטאָן, וועלכער האָט געזאַמלט מאַטעריאַלן פֿאַר פֿאַרשיידענע פֿילמען וועגן דעם חורבן, האָט דערקלערט, אַז די קינאָ-רעקאָרדירונגען זענען „די הײַנטיקע געשיכטע-לערער‟. זי האָט געטענהט, אַז די אַזוי-גערופֿענע אייגנטום-רעכט פֿון די אַרכיוון און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס זענען בעצם סתּירותדיק. זי האָט צוגעגעבן, אַז עס וואָלט זיך אַפֿילו געלייגט מער אויפֿן שׂכל, ווען עפּעס אַן אַלטער נאַצי וואָלט געמאָלדן, אַז ער האָט עפּעס פֿילמירט, און וואָלט געוואָלט עס פֿאַרקויפֿן. ס׳איז אָפֿט נישט קלאָר, ווי אַזוי די היסטאָרישע קאַדרען זענען אַריבערגעקומען נאָך דער מלחמה אין די הענט פֿון די אַרכיוו-אָרגאַניזאַציעס.
ס׳כּדאַי צוצוגעבן, אַז נישט אַלע אָרגאַניזאַציעס פֿירן זיך אויף אַזוי. די נאַציאָנאַלע אַרכיוו-אַדמיניסטראַציע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן (NARA) דערלאָזט צו באַנוצן זיך מיט כּמעט אַלע אירע מאַטעריאַלן אינגאַנצן בחינם און אָן קיים שום באַגרענעצונגען. מרים קליימאַן, אַ ספּעציאַליסטקע פֿון עפֿנטלעכע באַציִונגען בײַ NARA, האָט דערקלערט, אַז לויט די אַמעריקאַנער געזעצן האָבן אַזעלכע מאַטעריאַלן נישט קיין אייגנטימער.
ד״ר חיים גערטנער, דער דירעקטאָר פֿונעם אַרכיוו בײַם ישׂראלדיקן חורבן-מוזיי „יד-ושם‟, האָט איבערגעגעבן, אַז בײַ זיי באַטראַכט מען יעדן פֿאַל אַנדערש. פֿאַר געוויסע אינגאַנצן נישט-קאָמערציעלע בילדונג-פּראָיעקטן גיבן זיי צומאָל אַ רשות צו באַנוצן זיך מיט היסטאָרישע קינאָ-קאַדרען בחינם אָדער פֿאַר אַ קליינער סומע געלט; אין אַנדערע סיטואַציעס פֿאָדערן זיי אָבער דעם פֿולן פּרײַז.
אין אייראָפּע קאָן מען אויך צומאָל קריגן אַ דערלויבעניש צו באַנוצן זיך מיט היסטאָרישע קאַדרען בחינם. אָפֿט זענען די פּרײַזן, אָבער, געפֿערלעך הויך. דער דײַטשישער „בונדעסאַרכיוו‟, וווּ עס געפֿינט זיך איינע פֿון די גרעסטע קאָלעקציעס פֿון מלחמהדיקע קינאָ־מאַטעריאַלן, האָט געגעבן מאַטעריאַלן פֿאַרן יעל כערסאָנסקיס דאָקומענטאַר, וועלכער איז אַרויס מיט צוויי יאָר צוריק; מע האָט בלויז געבעטן די שאַפֿער פֿונעם פֿילם צו געבן אַ נדבֿה פֿאַר עפּעס אַ ייִדישער אינסטיטוציע.
אָבער, ווען אַן אַנדער אומאָפּהענגיקער רעזשיסאָר האָט געבעטן צו לאָזן אים אַרײַנצושטעלן אַן איין-מינוטיקן עפּיזאָד וועגן דער וואַרשעווער געטאָ, האָט די פֿירמע „טראַנזיט-פֿילם‟, וועלכע פֿאַרקויפֿט די מאַטעריאַלן פֿאַרן „בונדעסאַרכיוו‟, געפֿאָדערט צו באַצאָלן אַ גרויסע סומע פֿאַר יעדער סוקענדע פֿונעם פֿראַגמענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.