ידיעות אױף אײן פֿוס: אַפּריל 12

News Highlights: April 12

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 12, 2013, issue of May 10, 2013.

פּיאָנג־יאַנג. „דאָס אַראָפּשיסן אונדזער ראַקעטע װעט פֿירן צו אַן אומגעזאַמטן נוקלעאַר־אָנפֿאַל אױף יאַפּאַן. אונדזערע פֿײַנד װעלן פֿאַרברענט װערן אין אַ פֿלאַמפֿײַער‟.


סעול. פֿאַרטײדיקונג־מיניסטער: „איך גלײב ניט, אַז צפֿון־קאָרעע איז מסוגל אַרױסצושיסן אַ נוקלעאַר־ראַקעטע‟. און גלײַך מיט דעם, קלײַבט זיך דרום־קאָרעע צו קױפֿן אין ישׂראל די אַנטיראַקעטן־סיסטעמען „דער אײַזענער קופּאָל‟.


פּענטאַגאָן: „די באַריכטן װעגן די נוקלעאַר־פֿעיִקײטן פֿון צפֿון־קאָרעע זײַנען ניט פּינקטלעכע. זײ קענען יאָ אַרױסשיסן אַ ראַקעטע מיט אַ נוקלעאַר־שפּיץ, אָבער די עפֿעקטיװקײט פֿון זײערע ראַקעטן איז זײער קלײן‟.


װאַשינגטאָן. „אַל־קײַדאַ‟ האָט פּלאַנירט טעראָריסטישע אַטאַקן אױף דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין אַנקאַראַ און אױף אַ שיל אין איסטאַנבול. דער טערקישער זיכערהײט־אַמט האָט אַרעסטירט 12 פֿאַרדעכטיקטע.


פֿינלאַנד. די רעגירונג האָט דערלאַנגט אַן אָפֿיציעלע אַנטשולדיקונג דעם רוסישן פּרעזידענט װלאַדימיר פּוטין. די פֿינישע פּאָליצײַ האָט „על־פּי טעות‟ אַרײַנגעשטעלט דעם נאָמען פֿון דעם רוסישן פּרעזידענט אין דער געהײמער „שװאַרצער רשימה פֿון די געפֿערלעכע פֿאַרברעכערס‟.


ירושלים. נפֿתּלי בענעט, דער פֿאָרזיצער פֿון דער „בית יהודי‟־פּאַרטײ און דער מיניסטער אין אַ גאַנצער רײ מיניסטעריומס, האָט אַנומלטן באַקומען אַ דראָונג־בריװ: „װעסט שטאַרבן אַ יונגער און ענדיקן װי אַריק שרון‟.


פּאַריז. דער הױפּט־ראַבינער פֿון פֿראַנקרײַך, זשיל בערנהײם, האָט דעמיסיאָנירט מחמת די סקאַנדאַליעזע באַשולדיקונגען אין פּלאַגיאַט און „באַפּוצונגען‟ פֿון אַן אײגענער ביאָגראַפֿיע.


לאָנדאָן. די אױסער־מיניסטאָרן פֿון G8 האָבן באַהאַנדלט די סיטואַציע אין צפֿון־קאָרעע, איראַן און סיריע.


גריכנלאַנד. די צאָל אַרבעטסלאָזע אין גריכנלאַנד האָט דערגרײכט 27%, צװישן די יונגע — 59%.


װאַשינגטאָן. דער אַמעריקאַנער סענאַט באַהאַנדלט די פּראָבלעם מיטן פֿרײַען האַנדל פֿונעם שטורעם־געװער.


דמשׂק. באַשאַר אַסאַד פֿאָדערט פֿונעם זיכערהײט־ראַט בײַ „יו־ען‟ אַרײַנטראָגן דעם „אַל־נוסראַ־פֿראָנט‟ אין דער „שװאַרצער רשימה‟.


װענעזועלע. דער פּרעזידענט־קאַנדידאַט, ניקאָלאַס מאַדוראַ האָט געסטראַשעט דאָס פֿאָלק מיט אַן אוראַלטער קללה, אױב זײ װעלן אים ניט אױסװײלן פֿאַר אַ פּרעזידענט.


ירושלים. בעת די פּאָגראָמען, טעראָריסטישע אַטאַקן און מלחמות אין ארץ־ישׂראל, זינט 1860 זײַנען ביז הײַנט אומגעקומען 23.085 נפֿשות.


פּױלן — דײַטשלאַנד

נאָך דעם װי אין דײַטשלאַנד איז אַרױס אַ נײַע דאָקומענטאַרע טעלעװיזיע־סעריע װעגן דער צװײטער װעלט־מלחמה, אין װעלכער ס‘װערן די פּױלישע סאָלדאַטן באַשולדיקט אין אַ פּאַטאָלאָגישער שׂינאה צו די ייִדישע סאָלדאַטן, זײַנען אַרױס אין פּױלן אַ פּאָר זשורנאַלן מיט אַ הילע־בילד פֿון אַנגעלאַ מערקעל, אָנגעטאָן אין אַ קאַצעט־קלייד, מיט אַן אונטערשריפֿט „די געשיכטע־פֿעלשערס‟ און מיט אַן אַרטיקל „װי אַזױ זײַנען די דײַטשן מצליח געװען ׳איבערצופֿאַרבן׳ זיך אַלײן אין אַ מלחמה־קרבן‟.

אַנגעלאַ מערקעלס ענטפֿער: „עס האָט אַ טעם פֿון פֿאַרשטונקענער סחורה!‟