שוין יאָרן לאַנג וואָס בײַ די ליבהאָבער פֿון ייִדיש ווערט דוד בן־גוריון, דער ערשטער פּרעמיער פֿון מדינת־ישׂראל, באַטראַכט ווי אַ שׂונא פֿון דער ייִדישער שפּראַך — צום גרויסן טייל, צוליב אַ נעגאַטיוון קאָמענטאַר, וואָס ער האָט געמאַכט בעת אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון דער הסתּדרות אין 1945.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָט בן־גוריון דווקא זייער גוט גערעדט און געשריבן אויף ייִדיש, און האָט אַפֿילו אָפּגעהאַלטן עפֿנטלעכע רעדעס אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט אַ רעדע אין שוועדן אין 1962, וואָס מע האָט דעמאָלט רעקאָרדירט און וואָס מע קאָן הײַנט הערן אַן אויסצוג דערפֿון אויף דער אינטערנעץ. די רעקאָרדירונג איז מערקווירדיק ווײַל עס ווײַזט אונדז ווי נאַטירלעך און היימיש דאָס ייִדישע לשון האָט זיך גערעדט בײַ אים אויף דער צונג
אין דער אמתן, איז דער עפּיזאָד אין 1945 שוין אַזוי פֿיל מאָל איבערדערציילט און „פֿאַרפּוצט‟ געוואָרן, אַז ווייניק מענטשן ווייסן הײַנט פּונקט וואָס ס׳איז טאַקע געשען. לויט דער ישׂראלדיקער היסטאָריקערין, רחל ראָזשאַנסקי, איז בן־גוריון געווען איינער פֿון עטלעכע גאַסטרעדנער אויף דער זעקסטער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער הסתּדרות. די ערשטע רעדנערין איז געווען רוזשקאַ קאָרטשאַק, אַ העלדין פֿון דער ווילנער געטאָ און די פּאַרטיזאַנער. די אָרגאַניזירער פֿון דער קאָנפֿערענץ האָבן זי געהאַט פֿאַרבעטן צו דערציילן אירע איבערלעבונגען במשך פֿונעם חורבן. זי האָט גערעדט אויף ייִדיש — נישט צוליב אידעאָלאָגישע סיבות, נאָר ווײַל קיין העברעיִש האָט זי נישט געקענט.
ווען בן־גוריון, דער צווייטער רעדנער, איז אויפֿגעטראָטן, האָט ער אָנגעהויבן זײַן רעדע מיט די ווערטער: „למרות שהחבֿרה שלפֿני דברה בשׂפֿה זרה וצורמת…‟ [נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די פֿריִערדיקע רעדנערין האָט גערעדט אין אַ פֿרעמדער, גרילצנדיקער שפּראַך…] — אָבער ער האָט אַפֿילו נישט געקאָנט ענדיקן זײַן זאַץ, ווײַל דער עולם האָט אויסגעשאָסן מיט טומלדיקע פּראָטעסטן.
דעם צווייטן טאָג איז זײַן באַמערקונג אָפּגעדרוקט געוואָרן אין די טעגלעכע צײַטונגען אין ישׂראל און אין דער ייִדישער פּרעסע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און האָט איבער דער וועלט פֿאַראייביקט זײַן אימאַזש, ווי אַ פֿאַרברענטער קעגנער פֿון ייִדיש, און ווי דער כּוח הינטער דער דיסקרימנאַציע קעגן ייִדיש אין די 1940ער און 1950ער יאָרן. אַפֿילו מיט יאָרן שפּעטער, בעת אַ באַזוך אין בוענאָס־אײַרעס, האָט דער עולם גענומען אויספֿײַפֿן בן־גוריון, ווען ער האָט אָנגעהויבן זײַן רעדע אויף העברעיִש.
שבתי טבת, בן־גוריונס ביאָגראַף, האָט אָבער צוגעגעבן, אויפֿן סמך פֿון זײַנע אינטערוויוען מיט אַ צאָל עדות פֿון דעם סקאַנדאַל בײַ דער הסתּדרות־פֿאַרזאַמלונג, אַז בן־גוריון האָט בשום־אופֿן נישט געמיינט מבֿטל צו מאַכן די ייִדן אין די תּפֿוצות, אָדער די שארית־הפּליטה; און הגם זײַן צוגאַנג צו ייִדיש גיט דעם אײַנדרוק, אַז ער האָט נישט געהאַט קיין שײַכות מיט מאַמע־לשון, איז עס נישט געווען אַזוי.
דוד בן־גוריון (פֿון דער היים — דוד גרין) איז געבוירן געוואָרן אין 1886 בײַ אַ ייִדיש־ און העברעיִש־רעדנדיקער משפּחה אין פּלאָנסק, קאָנגרעס־פּוילן. זײַן טאַטע, אַבֿיגדור גרין, איז געווען אַן אַדוואָקאַט און אַ פֿירער פֿון דער „חובֿבֿי־ציון‟ באַוועגונג, און זײַן מאַמע, שיינדל, איז נפֿטר געוואָרן, ווען דוד איז געווען בלויז 11 יאָר אַלט. צו 14 יאָר האָט דוד, מיט צוויי חבֿרים, געגרינדעט אַ יוגנטקלוב, „עזרה‟, צו פּראָמאָטירן דאָס לערנען העברעיִש און באַזעצן זיך אין ארץ־ישׂראל.
שפּעטער, ווי אַ סטודענט אינעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין דער פּועלי־ציון, און אין 1906 — זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל, וואָס איז דעמאָלט געווען אַ טייל פֿון דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע.
בן־גוריון האָט אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז ער וועט צוציִען אַ סך מער אָנהענגער צום ציוניסטישן צוועק דורך ייִדיש. אין 1918 האָט ער, אין איינעם מיט זײַן חבֿר יצחק בן־צבֿי, אַרויסגעלאָזט זײַן ערשט בוך: „ארץ־ישׂראל‟ — אויף ייִדיש. אין דער הקדמה פֿון בוך, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן דורכן „פּאַלעסטינע־קאָמיטעט פֿון דער פּועלי־ציון‟, דערקלערן בן־גוריון און בן־צבֿי די סיבה דערפֿאַר:
„דער קאָמיטעט האָט געהאַלטן פֿאַר זײַן חובֿ צו געבן דעם ברייטן ייִדישן עולם אַזאַ ווערק, וואָס איז לחלוטין ניט געווען בנימצא אין דער ייִדישער שפּראַך, טראָץ זײַן גרויס נויט־ווענדיקייט, און דאָס איז אַ גענוי־אינפֿאָרמאַטיוו, באַלערנדע און וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט איבער אונדזער אַלט־נײַלאַנד, ארץ־ישׂראל.‟
נישט געקוקט אויף די שפּעטערדיקע רעפּרעסיעס פֿון דער ייִדישער פּרעסע און טעאַטער אין ישׂראל אונטער בן־גוריונס ממשלה, האַלט רוזשאַנסקי, אַז זײַן צוגאַנג צו ייִדיש איז נישט געווען קיין אַנטאַגאָניסטישער, נאָר אַ גאַנץ באַלאַנסירטער, און זיך געהאַלטן אויפֿן סמך פֿון פֿיר פּרינציפּן: 1) די ייִדישע שפּראַך און קולטור באַטרעפֿן אַ וויכטיקן טייל פֿון דער קולטור־ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, 2) בײַ די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן איז ייִדיש נישט בלויז אַ שפּראַך, נאָר זי האָט אויך אַן אידעאָלאָגישן און סענטימענטאַלן באַטײַט; 3) פֿון דעסטוועגן, געהערט ייִדיש צו דער פֿאַרגאַנגענהייט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, נישט צום הײַנט, און זיכער נישט צום מאָרגן, און 4) ייִדיש איז נישט די שפּראַך פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק.
אין יולי 1945 האָט בן־גוריון זיך געטראָפֿן מיט אַ גרופּע אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער אין ניו־יאָרק, אַרײַנגערעכנט אַבֿרהם רייזען, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און ה. לייוויק, וווּ ער האָט פֿאַרטיידיקט זײַן מיינונג, פֿאַר וואָס ישׂראל „קען בלויז האָבן איין נאַציאָנאַלע שפּראַך, און די שפּראַך מוז זײַן העברעיִש‟. די דיסקוסיע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין גאַנצן אויף ייִדיש.
„בן־גוריון האָט גערעדט אַ גוטן ייִדיש,‟ האָט מאָלאָדאָווסקי געשריבן אין „דער ייִדישער קעמפֿער‟, אויגוסט 1945. „נישט געקוקט אויף דעם, וואָס קיין פּשרה מיט די ייִדישע שרײַבער האָט ער נישט געפֿונען, האָט ער כאָטש געגעבן צו פֿאַרשטיין ווי אַזוי ער טראַכט. איך בין אין גאַנצן קעגן זײַן שטעלונג צו ייִדיש, אָבער פֿון דעסטוועגן, האָב איך דערפֿילט, אַז ער איז איינער פֿון אונדז.‟
אַבֿרהם גרינשפּאַן, דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין דער שוועדישער שטאָט אופּסאַלאַ, געדענקט בן־גוריונס רעדע אין 1962.
„ס׳איז פֿאָרגעקומען אין אַ גרויסן קאָנצערט־זאַל אין שטאָקהאָלם, און דער זאַל איז געווען אין גאַנצן פֿול: אַ טויזנט מענטשן,‟ האָט דער 90־יאָריקער גרינשפּאַן דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟. „ער האָט געזאָגט עפּעס, וואָס איז מיר נישט געפֿעלן געוואָרן. ווען ער איז אָנגעקומען אין לאַנד, האָט דער שוועדישער קעניג אים וואַרעם אויפֿגענומען, און מע האָט אים געפֿירט איבער פֿאַרשידענע שוועדישע אַרכעאָלאָגישע ערטער, טויזנטער יאָרן אַלט. זאָגט בן־גוריון אין זײַן רעדע: ׳די שוועדן גרייסן זיך מיט זייער געשיכטע פֿון טויזנטער יאָרן, אָבער מיר, ייִדן, האָבן אונדזער אייגענע געשיכטע פֿון טויזנטער יאָרן!׳ דאָס איז מיר זייער נישט געפֿעלן געוואָרן.‟
אויף דער פֿראַגע, צי האָט ער זיך נישט געחידושט, וואָס בן־גוריון רעדט אויף ייִדיש, האָט גרינשפּאַן געענטפֿערט: „וואָס דען האָט ער געקענט רעדן? אונדזער עולם איז דעמאָלט געווען פֿול מיט די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן — אַ ייִדיש־רעדנדיקע רעפּובליק. קיין ברירה האָט ער נישט געהאַט.‟
בן־גוריון איז אָבער נישט געווען אויסגעהאַלטן אין דעם ענין. ווען ער האָט אויפֿגעטראָטן פֿאַר דער ייִדישער קהילה אין אַרגענטינע, אויך אין די אָנהייב־1960ער יאָרן, האָט ער גערעדט דווקא אויף העברעיִש. פֿאָרגעקומען איז עס אין אַ ריזיקן סטאַדיאָן אין בוענאָס־אײַרעס, מיט אַן עולם פֿון בערך 10,000 מענטשן, האָט ד״ר אַבֿרהם ליכטנבוים, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִוו״אָ אין אַרגענטינע, איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟.
„ווי באַלד ער האָט אָנגעהויבן רעדן אויף העברעיִש, האָט דער עולם אויסגעשריגן: ׳רעד ייִדיש!׳ ער האָט זיך אָבער נישט געלאָזט. פֿאַרקערט, ער האָט געענטפֿערט: ׳איך וועל בשום־אופֿן נישט רעדן אין דער גרילצנדיקער שפּראַך!׳‟
עטלעכע בונדיסטן האָבן זיך אויפֿגעהויבן פֿון די ערטער און אַרויס, אָבער די אַנדערע זענען געבליבן זיצן, האָט ליכטנבוים געזאָגט. „דאָס זענען געווען פֿאָלקסטימלעכע מענטשן, עמך, זיי האָבן געהאָפֿט, אַז זיי וועלן הערן אַ ייִדיש וואָרט, ווײַל אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט בן־גוריון יאָ גערעדט אויף ייִדיש.‟
„ווען מנחם בייגין, למשל, איז געקומען פֿאַר אונדזער עולם, יום־העצמאות, 1975, איז שוין געווען אַ קלענערער זאַל, בערך 4,500 מענטשן — אָבער ער האָט טאַקע גערעדט אויף ייִדיש! איך ווייס עס גוט, ווײַל און איך בין געווען זײַן איבערזעצער,‟ האָט ליכטנבוים געזאָגט. „כאָטש איך בין געווען אַ שאַרפֿער קעגנער פֿון בייגינס פּאָליטיק, האָט ער גערעדט 100% אויף ייִדיש, פּונקט אַזוי ווי גאָלדע מאיר ווען זי איז געקומען אין אַרגענטינע, און אויך חיים ווייצמאַנס אלמנה.‟
„אָבער בן־גוריון? אין די שפּעטערע יאָרן איז ער געוואָרן נאָך מער ראַדיקאַל אַנטי־ייִדיש ווי פֿריִער.‟
בײַ זײַן ביאָגראַף, שבתי טבת, איז בן־גוריונס קאָמפּליצירטער צוגאַנג צו ייִדיש געבליבן אַ גרויסע מיסטעריע. „איך ווייס נישט, צי מיר וועלן אַמאָל פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס בן־גוריון איז געווען אַזוי נעגאַטיוו־געשטימט צו דער ייִדישער שפּראַך,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.