אַמאָליקע צײַטן האָט די ביבליאָטעק געשפּילט אַ גוואַלדיקע ראָלע אין ייִדישן לעבן. אין די שטעטלעך האָבן ייִדן לאַנג ניט געהאַט וווּ צו נעמען מאָדערנע ביכער, בלויז ספֿרים זײַנען געשטאַנען אין בית־המדרש. אַ מאָל האָט מען געקענט קויפֿן עפּעס בײַ אַ פּאַקן־טרעגער, אַ מוכר־ספֿרימניק, אָדער אין בעסטן פֿאַל, לײַען פֿון אַ באַהאַלטענעם משׂכּיל; אָבער בדרך־כּלל איז ניט געווען וואָס צו לייענען. ווי נודנע איז געווען דאָס אַמאָליקע לעבן — און מעגלעך, אַז דווקא דערפֿאַר זײַנען די שטעטלדיקע ייִדן געבליבן אַזוי גוט און פֿרום.
אָבער סוף 19טן י”ה האָבן די ייִדן צו ביסלעך אָנגעהויבן עפֿענען ביבליאָטעקן, וווּ מע האָט געקענט לייענען “אַל דאָס בייז”: ראָמאַנען, פֿילאָסאָפֿיע, וויסנשאַפֿט, רעוואָלוציאָנערע ליטעראַטור. די יוגנט, וואָס האָט געלעכצט נאָך וויסן, האָט סוף־כּל־סוף, געהאַט וווּ צו גיין, כּדי אויפֿצוקלערן און צו פֿאַרווײַלן זיך. דער “בונד” האָט געעפֿנט אַרבעטער־ביבליאָטעקן פֿאַר די טויזנטער אַרבעטער, וואָס האָבן ניט געהאַט גענוג געלט צו קויפֿן ביכער. צווישן די צוויי וועלט־מלחמות זײַנען די ביבליאָטעקן ווײַטער געווען זייער חשובֿ, און אַפֿילו אין די געטאָס האָבן די הונגעריקע ייִדן געפֿונען אין זיי גײַסטיקע שפּײַז.
ווייניקער העלדיש, אָבער פּונקט אַזוי וויכטיק פֿאַר ייִדן זײַנען געווען די ביבליאָטעקן אין אַמעריקע. יונגע־לײַט און דערוואַקסענע, וואָס אין דער אַלטער היים האָבן זיי ניט באַקומען קיין געהעריקע דערציִונג, האָבן דאָ געקענט פֿאַרפֿולקומען זיך אין אַן אָוונט־שול און אין ביבליאָטעק. יעדער יאָקל בן־פֿלעקל האָט געקענט אַרײַנגיין אינעם פּראַכטפֿולן בנין פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק אויף דער 42סטער גאַס, וואָס האָט זיך געעפֿנט אין 1911, און לייענען וואָס דאָס האַרץ האָט נאָר געגלוסט. אויף דעם יסוד האָט זיך אַנטוויקלט דער ייִדישער פֿאָלקס־אינטעליגענט, וואָס האָט געשפּילט אַזאַ גרויסע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור — ווײַל צו פֿיל פֿון אַן אַנדער מין אינטעליגענטקייט איז דאָך ניט געווען.
אָבער הײַנט לעבט די ביבליאָטעק איבער אַ שטיקל קריזיס. בעסער געזאָגט, שוין 20 יאָר לעבט זי אין דעם דאָזיקן קריזיס. די אינטערנעץ האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך כּמעט דאָס גאַנצע מענשטלעכע וויסן און אין דער ביבליאָטעק דאַרף דער דורכשניטלעכער מענטש שוין ניט אַרײַנטשטעלן קיין פֿוס. אַפֿילו אין די אַקאַדעמישע ביבליאָטעקן גייט די צאָל באַניצער באַרג־אַראָפּ, ווײַל ס’רובֿ סטודענטן פֿאַלט הײַנט ניט אײַן אַפֿילו, אַז כּדי עפּעס זיך צו דערוויסן, זאָל מען דאַרפֿן זיך גריבלען אין אַלטע ספֿרים. אין דער פּראַכטפֿולער שטאָט־ביבליאָטעק קומען אַ סך מער טוריסטן, כּדי צו באַוווּנדערן דעם בנין און צו מאַכן פֿאָטאָגראַפֿיעס, ווי לייענער.
ווער עס פֿאַרברענגט אַ סך צײַט אין די ביבליאָטעקן, וועט זיך באַקענען מיט זיי אויף אַ מער אינטימען אופֿן. יעדע ביבליאָטעק האָט זיך אירע באַזונדערקייטן, איר כאַראַקטער. די פֿון ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (JTS), למשל, איז אַ פּראַקטישע, אַ גוט אײַנגעאָרדנטע. בײַ איר זײַנען ס’רובֿ ביכער און זשורנאַלן גרינג צוטריטלעך אויף אירע צוויי עטאַזשן, מע דאַרף ניט באַשטעלן אָדער גיין זוכן ערגעץ אין אַ פֿינצטערן ווינקל פֿונעם ביכער־מאַגאַזין (אין די “סטעקס”).
אַ מער אַריסטאָקראַטישע אַטמאָספֿער קען מען אַוודאי געפֿינען אין דער שטאָט־ביבליאָטעק, וווּ עס הענגען גאָלדענע קאַנדעלאַבערס און עס קוקן אַראָפּ אויף אײַך מיט רוגזה די ביוסטן פֿון רוימישע קייסאָרים. אויב דאָס קלעקט ניט, קוקן אויף אײַך אויך פֿאַרשיידענע צעדרייטע מענטשן, וואָס זיצן און קראַצן זיך אָדער פֿאָרשן זייערע קאָנספּיראַטיווע טעאָריעס — ווײַל ס׳איז דאָך אַן עפֿנטלעך אָרט און יעדער משוגענער מעג אַהין אַרײַנגיין. אויב איר לאָזט דאָרט איבער אײַער קאָמפּיוטער, אײַער וואַליזקע, אָדער אײַער פּען אויפֿן טיש און גייט ערגעץ אויף אַ פּאָר מינוט, ביז איר וועט זיך אומקערן, וועלן זיי מסתּמא שוין ניט זײַן.
אַ סך זיכערער איז די ביבליאָטעק פֿון ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט (NYU). שטרענגע שומרים קאָנטראָלירן אַלע וואָס גייען אַרײַן אָדער אַרויס, און דער גרויסער ליידיקער פּלאַץ אין מיטן, וואָס פֿילט אָן דעם גרעסטן טייל פֿונעם בנין, איז אַרומגענומען מיט מעטאַלענע קראַטעס ווי אין אַ תּפֿיסה. ווען איך האָב דאָרט שטודירט, זײַנען קיין קראַטעס ניט געווען און מען האָט געקענט שטוינען פֿון דער גרויסער פּוסטקייט און זיך פֿרעגן, פֿאַר וואָס מע האָט אַזוי אומזיסט געפּטרט אַ גרויסן טייל פֿונעם בנין. אָבער, צום באַדויערן, האָבן עטלעכע סטודענטן אין צווישן אַראָפּגעשפּרונגען פֿון די העכערע שטאָקן און מע האָט געדאַרפֿט אַלץ פֿאַרשפּאַרן.
די ביבליאָטעק פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גוטן באַלאַנס פֿון פּראַכט, זיכערקייט, און נוציקייט. אירע קאַנדעלאַבערס פֿינקלען ניט אַזוי ליכטיק ווי אין דער שטאָט־ביבליאָטעק, איר שומר איז ניט אַזוי בייז ווי בײַ NYU, און ס׳איז שווערער צו געפֿינען וואָס מע דאַרף ווי בײַ JTS. אָבער בסך־הכּל, מיין איך, איז זי דער סאַמע באַקוועמסטער און אָנגענעמסטער פּלאַץ צו אַרבעטן. די צרה איז בלויז, וואָס איך בין ניט דער איינציקער וואָס האַלט אַזוי — אַ סך אַנדערע אויך, און עס קומט אַ מאָל אויס שווער צו געפֿינען וווּ צו זיצן. אַזוי ווי די הינט באַשפּריצן אַן אָרט, כּדי צו מאַרקירן זייער טעריטאָריע, אַזוי אויך די קאָלאָמביע־סטודענטן, וואָס לאָזן איבער זייערע ביכער און חפֿצים אויף די ליידיקע ערטער, כּדי זיי צו “רעזערווירן” ביז מע וועט צוריק קומען אין עטלעכע שעה אַרום.
אין דער אמתן קען מען הײַנט כּמעט אַלץ לייענען אומעטום — אין דער היים, אין אַ קאַפֿע, אין פּאַרק. די ביבליאָטעק איז געוואָרן ווייניקער אַ צענטער פֿאַר פֿאָרשונג און מער פּשוט אַ שיין אָרט צו לייענען און אַרבעטן שטילערהייט. דערפֿאַר האָט מען ניט לאַנג צוריק געעפֿנט אין דער שטאָט־ביבליאָטעק אַ קאַפֿע, כּדי מע זאָל דאָרט קענען סתּם פֿאַרברענגען. עס מישן זיך צונויף די פֿונקציעס פֿון דער ביבליאָטעק און פֿונעם קאַפֿע, בכלל ווערט הײַנט די ספּעציפֿישע ראָלע פֿון דער ביבליאָטעק אַ ביסל אומקלאָר.
אַז מע טראַכט, למשל, אין 10 יאָר אַרום, ווען ממש אַלץ וועט זײַן דיגיטאַליזירט, וואָס וועט מען דאָרטן טאָן? די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער שטאָט־ביבליאָטעק פֿירט דורך אַ פּלאַן זי איבערצובויען און מאַכן פֿון איר אַ דיגיטאַליש וווּנדערלאַנד מיט קאָמפּיוטערס און ווער ווייסט מיט וואָס נאָך, האָבן אַ סך פֿאָרשער און פּשוטע לייענער פּראָטעסטירט; איצט וועט מען פֿאָרט האַלטן די ביכער אין אַ ספּעציעלן סקלאַד אונטער דער ערד. די פֿראַגע, וואָס די ביבליאָטעק דאַרף זײַן, איז אָבער ווײַטער ניט געלייזט.
אויף וויפֿל איך ווייס, שפּילט דערווײַל די ביבליאָטעק ווײַטער איר אַלטע ראָלע ווי אַ צענטער פֿאַר לערנען און אויפֿקלערונג, דער עיקר, בײַ אונדזערע חרדים. ווער עס טאָר ניט האָבן קיין קאָמפּיוטער אין דער היים, קיין מאָדערנע צײַטונגען אָדער ביכער, קען פֿאָרט געפֿינען דאָרט וואָס ער דאַרף. דערפֿאַר האָט די ביבליאָטעק פֿון באָראָ־פּאַרק כּמעט די העכסטע צירקולאַציע אין גאַנץ ברוקלין. פֿרומע ייִדן פֿאַרברענגען דאָרט די גאַנצע צײַט (אַחוץ שבת), און קינדער־ליטעראַטור — איז די פּאָפּולערסטע סחורה. אפֿשר וועלן מיר ייִדן פֿאָרט ראַטעווען די דאָזיקע חשובֿע אַלטע אינסטיטוציע?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.