באָלטימאָר. — ווען ליו פּרײַווען האָט באַזוכט אינעם יאָר 2011 דאָס שטעטל פּאַוואָלאָטש אין אוקראַיִנע, פֿון וואַנען עס האָט געשטאַמט זײַן טאַטנס משפּחה, האָט זיך אים געדאַכט, אַז ער באַזוכט אַ רעאַלע „אַנאַטעווקע‟ — דאָס אויסגעטראַכטע פּלאַץ פֿונעם „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. די אָרטיקע תּושבֿים פֿאָרן נאָך אַלץ אַרום מיט פֿערד-און-וואָגן, אַזוי ווי הונדערט יאָר צוריק.
צוזאַמען מיט זײַן ווײַב דזשודי, האָט ער אויך באַזוכט דאָס שוידערלעכע אָרט, וווּ 1,500 אָרטיקע ייִדן זענען דערשאָסן געוואָרן דעם 5טן סעפּטעמבער, אינעם יאָר 1941, און זענען באַגראָבן געוואָרן אין אַ מאַסן-קבֿר.
דאָס אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק, וואָס וווינט אין אַ וואַשינגטאָנער פֿאָרשטאָט, האָט באַזוכט דעם אָרטיקן מוזיי און די געוועזענע שיל. ביז דעמאָלט האָבן זיי נישט געוווּסט, אַז אינעם שטעטל, וווּ עס האָבן אַמאָל געוווינט זייערע אָבֿות, געפֿינט זיך די פֿאַרדעקטע גרוב, וווּ עס ליגן די דערמאָרדעטע פּאַוואָלאָטשער ייִדן. אויפֿן ראַנד פֿונעם מאַסן-קבֿר שטייט אַ דענקמאָל מיט אַן אויפֿשריפֿט אויף רוסיש און העברעיִש. אינעם זעלבן פֿעלד, וווּ די נאַציס זענען באַגאַנגען דעם רוצחישן טאַט, איז אַמאָל געווען דער אָרטיקער ייִדישער בית-עולם; הײַנט זענען דאָרטן נישט געבליבן קיין מצבֿות.
ווען דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע, האָבן זיי צוערשט געטראַכט, אַז צווישן זייערע קרובֿים, אויב זיי האָבן נישט באַוויזן צו אַנטלויפֿן באַצײַטנס פֿון די נאַציס, איז קיינער נישט געבליבן. באַלד נאָך דעם זענען זיי אָבער געווויר געוואָרן, אַז ליוס טאַטע האָט געהאַט אַ שוועסטערקינד מיטן נאָמען וועלוול, וועלכער איז געבליבן אין רוסלאַנד בעת דער מלחמה. זײַן זון רודאָלף איז אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע אין די 1990ער יאָרן.
מיט צוויי חדשים צוריק, האָט ליו פּרײַווען, צוזאַמען מיט זײַן שוועסטער שעריל, אָפּגעשטאַט אַ וויזיט קיין פֿלאָרידע, און זיך צום ערשטן מאָל געטראָפֿן מיט זייערע קרובֿים — רודאָלף פּרײַווען און זײַן ווײַב, נאַטאַליאַ. ליו, אַ פּענסיאָנירטער געשעפֿט-פֿאַרוואַלטער, וועלכער וווינט אין טשיווי טשייז, שטאַט מערילענד, איז געבליבן צופֿרידן פֿונעם באַזוך און זײַן „דעטעקטיווער אויספֿאָרשונג‟.
דעם 7טן אַפּריל אין אָוונט, ווען זײַן שיל האָט אָפּגעמערקט דעם „יום-השואה‟, האָט ער זיך אומגעקערט אַהיים און דערציילט דער ייִט״אַ וועגן דעם, ווי אַזוי עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו אַנטדעקן די פֿאַרלוירענע צווײַג פֿון דער משפּחה. פּרײַווען האָט געמאָלדן, אַז הגם ס׳איז אַ טרויעריקע דאַטע, האַלט ער, אַז אין אַזאַ פֿאַל איז צוגעפּאַסט צו פּראַווען אַ שׂימחה.
דער ירושלימער חורבן-מוזיי „יד-ושם‟ האָט געוווּסט, אַז די ייִט״אַ אינטערעסירט זיך מיט אַזעלכע מעשׂיות, און האָט נישט לאַנג צוריק דערציילט דעם מחבר פֿון די שורות וועגן דעם צוזאַמענטרעף פֿון דער משפּחה פּרײַווען.
הגם דער עיקר-צוועק פֿונעם מוזיי „יד-ושם‟ איז דער אָנדענק פֿון די נאַצי-קרבנות, העלפֿן זײַנע אַרכיוו צומאָל אויך צו געפֿינען לעבעדיקע מענטשן. באַלד נאָך פּרײַווענס וויזיט קיין פּאַוואָלאָטש, האָט שעריל פֿינקעלשטיין, ליוס שוועסטער, צוזאַמען מיט איר מאַן ראָבערט, באַזוכט דעם ירושלימער מוזיי. ראָבערט פֿינקעלשטיין האָט דורכגעפֿירט דאָרטן אַ קאָמפּיוטער-אויפֿזוך פֿונעם משפּחה-נאָמען „פּרײַווען‟ און אויסגעפֿונען, אַז דאָס עדות-זאָגן פֿון וועלוול פּרײַווען איז געקומען אינעם מוזיי פֿון זײַן זון רודאָלף. וועלוול האָט געדינט ווי אַ לייטענאַנט אין דער סאָוועטישער אַרמיי, און איז דערהרגעט געוואָרן אויפֿן פֿראָנט, אינעם שטעטל ניקאָנאָוויטשי לעבן מאָלעוו, דעם 25טן פֿעברואַר 1944.
ערשט אינעם יאָר 2004 האָט „יד-ושם‟ באַשלאָסן צו פֿאַררעכענען די אומגעקומענע סאָוועטישע מיליטער-לײַט ווי חורבן-קרבנות, און אָנגעהויבן זאַמלען די אינפֿאָרמאַציע וועגן זיי. בערך 500,000 ייִדן האָבן געדינט אין דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה; 200,000 פֿון זיי זענען דערהרגעט געוואָרן — אַ טייל אין שלאַכט, אַ טייל אין דער דײַטשישער געפֿאַנגענשאַפֿט. אויב פּרײַווען וואָלט געפּרוּווט צו געפֿינען זײַנע קרובֿים מיט עטלעכע יאָר צוריק, וואָלטן די ידיעות פֿון „יד-ושם‟ אים נישט געהאָלפֿן.
רודאָלף פּרײַווען, אַ 75־יאָריקער פּענסיאָנירטער דאָקטער, איז אויפֿגעוואַקסן אינעם אוראַל-ראַיאָן. די סאָוועטישע מאַכט האָט אים אַהין עוואַקויִרט פֿון קיִעוו, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, פֿאַניע. נאָך דער באַגעגעניש אין פֿלאָרידע, האָבן די צוויי צווײַגן פֿון דער משפּחה באַשטעטיקט, אַז זיי זענען טאַקע שוועסטערקינדער, און אַנטדעקט נאָך אַ צאָל לעבעדיקע קרובֿים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.