ידיעות אױף אײן פֿוס: אַפּריל 15

News Highlights: April 15


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 15, 2013, issue of May 10, 2013.

ירושלים. מדינת־ישׂראל זאָגט קדיש נאָך די געפֿאַלענע אין די מלחמות און טעראָר־אַטאַקן. די אָנדענק־אַקאַדעמיעס קומען אויך פֿאָר אין די דרוזישע און בעדויִנער ייִשובֿים. בנימין נתניהו: „מיר זײַנען דאָ אין זכות פֿון די געפֿאַלענע און אין זכות פֿון די לעבעדיקע‟. די באַפֿעלקערונג פֿון מדינת־ישׂראל האָט דערגרײכט 8 מיליאָן און 18 טױזנט נפֿשות. פֿון זײ — 6 מיליאָן 42 טױזנט ייִדן (75,3%), איין מיליאָן 658 טױזנט אַראַבער (20,7%), 318 טױזנט קריסטן ניט־אַראַבער און אַנדערע גלױבנס, װי אױך אַטעיִסטן (4,0%).


טאָקיאָ. יאַפּאַנישער אױסערן־מיניסטער: „מע טאָר ניט דערלאָזן, אַז צפֿון־קאָרעע זאָל באַזיצן דאָס נוקלעאַרע געװער‟. דזשאָן קערי: „צפֿון־קאָרעע מוז זיך אומקערן צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש‟.


פּיאָנג־יאַנג. „מיר גלײבן ניט די אימפּעריאַליסטן. זײ פֿאַרנאַרן אונדז אין אַ פּאַסטקע. אונדזער נוקלעאַר־געװער איז אַ גאַראַנטיע פֿון אונדזער אומאָפּהענגיקײט‟.


קאַראַקאַס. ניקאָלאַס מאַדוראָ האָט געװינען די פּרעזידענט־װאַלן אין װענעזועלע. ענריקע קאַפּרילעס באַשולדיקט זײַן אָפּאָנענט אין פֿילצאָליקע פֿעלשונגען. די דיפֿערענץ צװישן מאַדוראָ און קאַפּרילעסן איז אַרום 1,5%.


זאַגרעב. צום ערשטן מאָל אין איר געשיכטע האָט קראָאַטיע אױסגעװײלט אירע דעלעגאַטן אין דעם אײראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. די אַקטיװקײט פֿון די װײלער האָט קױם דערגרײכט 20%.


רױם. דער פּאָליטישער קריזיס אין איטאַליע פֿירט צו די נײַע פּאַרלאַמענט־װאַלן אין יוני.


דײַטשלאַנד. די סאָציאַל־דעמאָקראַטן האָבן אױסגעקליבן זייער קאַנדידאַט פֿאַר די קאַנצלער־װאַלן — פּעער שטײַנבריוק.


בעלגיע. אַן אױטאָבוס מיט רוסישע קינדער־טוריסטן האָט זיך איבערגעקערט ניט װײַט פֿון אַנטװערפּן. 5 מענטשן זײַנען דערהרגעט געװאָרן, 20 פֿאַרװוּנדעטע. נאָך 5 קרבנות אין אַן אַנדערן אינצידענט אױפֿן שאָסײ צום צענטראַלן פֿליפֿעלד.


סאָמאַליע. 43 דערהרגעטע בעתן טעראָריסטישן אױפֿרײַס פֿון צװײ פֿאַרמינירטע אױטאָס אין מאָגאַדישאָ.


דמשׂק. סירישע שטורעם־אַװיאַציע האָט באָמבאַרדירט אַ קורדיש דאָרף אױפֿן צפֿון־מיזרח פֿון לאַנד. 16 דערהרגעטע, איבער הױפּט פֿרױען און קינדער.


בענין. דער איראַנישער פּרעזידענט אַכמעדינעדזשאַד איז אָנגעקומען מיט אַן אָפֿיציעלן װיזיט קײן בענין און ניגער. ניגער איז אײנער פֿון ד גרעסטע אױף דער װעלט אוראַניום־עקספּאָרטערן, אָבער האָט ניט קײן צוטריט צום ים און מוז דינגען די האַפֿנס אין בענין.


איראַק. 18 זעלבסטמערדערישע טעראָריסטישע אַקטן כּמעט אין איין צײַט האָבן אױפֿגעטרײסלט דאָס גאַנצע לאַנד. אַרום 31 טױטע, אַריבער 200 שװער פֿאַרװוּנדעטע.


ראַמאַלאַ. טערקײַ איז געװאָרן דאָס ערשטע לאַנד, װאָס האָט באַשטימט איר אױסעראָרנדלעכן און פֿולמעכטיקן אַמבאַסאַדאָר אין דער פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע.


אַמסטערדאַם. דער עקסצענטרישער מיליאָנער רינוס בױזענבערג הײבט אָן צו בױען אַ „ליבעשטאָט‟, װעלכע װעט זײַן דער גרעסטער באָרדעל אױף דער װעלט.


לאָנדאָן. דאָס לידל „דין־דאָן, די מכשפֿה איז טױט‟, װאָס איז געװען פּאָפּולער אין די 1930ער יאָרן, איז געװאָרן אַ מין הימען בײַ דעם המון, װעלכער „פֿײַערט‟ דעם טױט פֿון מאַרגאַרעט טעטשער.