סוף-מערץ 1948 איז די מיליטערישע סיטואַציע פֿון דעם ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ-ישׂראל געווען זייער ערנסט. אַזוי ערנסט, אַז אַמעריקע האָט גענומען זיך שפּילן מיט דעם געדאַנק צוריקצוציִען איר הסכּמה פֿאַרן אײַנטייל-פּלאַן פֿון ארץ-ישׂראל און פֿאָדערן איבערצוגעבן די חזקה אויף דעם לאַנד אין די אינטערנאַציאָנאַלע הענט אויף אַ געוויסער צײַט.
די ציוניסטישע מנהיגים וואָס האָבן שוין געקענט אָנטאַפּן זייער חלום, האָבן זיך איבערגעשראָקן. עס האָט זיך פֿאַרפֿעסטיקט בײַ זיי די דעה, אַז די ייִדישע מערכה אין ארץ-ישׂראל קען נישט אָנגיין אַזוי.
זינט דעם אויסבראָך פֿון די געוואַלד-טאַטן צווישן די ייִדן און אַראַבער, אַ טאָג נאָך דעם וואָס דער אײַנטייל-פּלאַן איז אָנגענומען געוואָרן אין דער „יו־ען‟, האָט דער ייִדישער ייִשובֿ מיט בן-גוריון בראָש אויסגעקליבן אַ סטראַטעגיע, וואָס האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ טאָטאַלער דורכפֿאַל. די דאָזיקע סטראַטעגיע האָט געפּאַסט גיכער פֿאַר די אַראַבישע אָנפֿאַלן אין די שפּעטע 1930ער יאָרן, איידער פֿאַר די נײַע אומשטענדן.
בן-גוריון האָט פֿאַרלאַנגט פֿון דער „הגנה‟ זי זאָל „אויסציִען די אבֿרים‟, באַשיצן יעדן ייִדישן ייִשובֿ, ווי קליין און איזאָלירט ער זאָל נישט זײַן. ער האָט געהאַלטן בײַ דעם מחשבֿות-גאַנג, אַז דווקא די ייִדישע ייִשובֿים וועלן באַשטימען די גרענעצן פֿון דער ייִדישער מדינה. אַזאַ סטראַטעגיע פֿון „קיין טריט צוריק‟ האָט זיך, כּמעט שטענדיק אַרויסגעוויזן ווי אַ גרויסער טעות; און אויך אין דעם פֿאַל האָט זי געהאַט שלעכטע רעזולטאַטן.
אמת, עס האָט זיך נישט אײַנגעגעבן די אַראַבער אײַנצונעמען אָדער צעשטערן קיין שום ייִדישן ייִשובֿ, אָבער אין זייער דורכפֿאַל איז שולדיק זייער צווייפֿלהאַפֿטע אָרגאַניזירונג, און נישט דער „וווּנדערלעכער כּוח‟ פֿון דער „הגנה‟. צו באַשיצן די איזאָלירטע ייִשובֿים האָט געהייסן אויך צו פֿירן מענטשן עסן און געווער אַהין און צוריק. דאָס פֿאָרן אויף שאָסיי־וועגן, וואָס ציִען זיך זייער נאָענט צו די אַראַבישע דערפֿער און שטעטלעך, האָט אויפֿגעדעקט די ייִדישע טראַנספּאָרט־ליניעס און „זיך געבעטן‟ ממש מע זאָל זיי אַטאַקירן.
די אַראַבער האָבן טאַקע אַטאַקירט די געפּאַנצערטע קאָנווויען, וואָס האָבן זיך געשלעפּט ממש אונטער זייערע נעזער, און אָפּגעהאַלטן וויכטיקע נצחונות. די פֿאַרלוסטן אין מענטשלעכע לעבנס, געווער און אַמוניציע זענען געווען גרויס. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער פּרײַז פֿון באַשיצן די ייִשובֿים איז צו הויך. דער ייִדשער ייִשובֿ קען זיך נישט דערלויבן אַזעלכע פֿאַרלוסטן, וואָס ברענגען נישט ממשותדיקע רעזולטאַטן, חוץ פֿון היטן די איצטיקע סיטואַציע.
נישט ווייניק מנהיגים האָבן געהאַלטן דעמאַלט, אַז די מפּלה, און ווי אַ רעזולטאַט, אַ פֿיזישע פֿאַרניכטונג לויערט איבערן ייִשובֿ.
סוף-מערץ 1948 האָט מען געאַרבעט אין דעם הויפּט-שטאַב פֿון דער „הגנה‟ איבער דעם פּלאַן, וואָס וועט זיך שפּעטער אַרויסווײַזן ווי דער אַרכימעדישער פּונקט פֿון מדינת-ישׂראל, דער פּונקט וואָס האָט איבערגעקערט די מערכה.
אַ דאַנק דעם סטראַטעגישן בײַט, האָבן די מיליטערישע כּוחות פֿון דער איין-טאָגיקער מדינה באַגעגנט די אַראַבישע חיילות נענטער צו די גרענעצן פֿון דער מאַנדאַט־פּאַלעסטינע, און נישט אין די איזאָלירטע קיבוצים און אויף די גאַסן פֿון תּל-אָבֿיבֿ און חיפֿה. דער פּלאַן האָט געהייסן „פּלאַן דל”ת‟.
די גרעסטע מעלה פֿונעם „פּלאַן דל”ת‟ איז, וואָס יגאל ידין, וועלכער האָט אים צוגעטראַכט, האָט ריכטיק פֿאַרשטאַנען דעם מצבֿ. צו פֿאַרשטיין ריכטיק דעם מצבֿ איז, אָן ספֿק, דער שווערסטער און וויכטיקסטער שטאַפּל פֿון יעדן פּלאַן. ידין האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער קריג וועט טראָגן אַן אַנדער כאַראַקטער, ווי די אומרוען אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. דאָס מאָל וועלן זיך די אַרומיקע אַרמייען אַרײַנמישן אין דעם קאָנפֿליקט. די ייִדן וועלן מוזן קעמפֿן אי קעגן די אָרטיקע באַוואָפֿנטע באַנדעס, אי קעגן אמתע אַרמייען מיט טאַנקן און האַרמאַטן.
ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז עס איז נייטיק צו פֿאַרכאַפּן די טעריטאָיריע וואָס וועט פֿאַרזיכערן די טראַנספּאָרט־ליניעס, דערמעגלעכן די ייִדישע כּוחות זיך צונויפֿשטויסן מיט די אַרמייען, און באַפֿרײַען די כּוחות, וואָס האָבן פֿריִער געמוזט באַשיצן די קיבוצים און ייִדישע קוואַרטאַלן אין די געמישטע שטעט.
ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די „הגנה‟ וועט מוזן דורכפֿירן אַקציעס פֿון אַ גרעסערן פֿאַרנעם, אַטאַקירן און אײַננעמען אַראַבישע דערפֿער און קוואַרטאַלן אין געמישטע שטעט.
דער „פּלאַן דל”ת‟ האָט געשטעלט פֿאַר דער „הגנה‟ דרײַ צילן:
א. איבערנעמען די שליטה אין די דרײַ גרויסע שטעט מיט געמישטער באַפֿעלקערונג: תּל-אָבֿיבֿ, חיפֿה און ירושלים.
ב. אײַננעמען די שליטה איבער דעם שטח וואָס געהערט צו דער ייִדישער מדינה, לויט דעם באַשלוס פֿון דער „יו־ען‟ און איבער די ייִדישע ייִשובֿים, וואָס געפֿינען זיך אויסער די גרענעצן פֿון דעם ייִדישן שטח (עטלעכע קיבוצים אינעם גליל און די פֿיר קיבוצים צווישן בית-לחם און חבֿרון — גוש עציון).
ג. זיך אָפּשטעלן אויף די מאַנדאַט־גרענעצן פֿון פּאַלעסטינע.
דער „פּלאַן דל”ת‟ האָט געזאָלט אויסגעפֿירט ווערן אין דער ערשטער העלפֿט פֿון חודש מײַ, נאָר עס האָט געטראָפֿן מיט אים וואָס עס טרעפֿט, געוויינלעך, מיט מענטשלעכע פּלענער — דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט.
דער „פּלאַן דל”ת‟ איז קיין מאָל נישט אויסגעפֿירט געוואָרן ככתבו-וכלשונו; נאָר ער האָט זיך צעברעקלט אין אַ ריי זעלבסטשטענדיקע אַקציעס אין דעם גײַסט פֿון דעם פּלאַן, וואָס זענען דורכגעפֿירט געוואָרן לויט די פֿאַרשיידענע אומשטענדן און דרוקן אין יעדן ראַיאָן פֿונעם לאַנד.
די אַקציע „נחשון‟ האָט געזאָלט עפֿענען דעם וועג קיין ירושלים פֿאַרן ייִדישן טראַנספּאָרט און דערמיט ברעכן די באַלאַגערונג פֿון הונדערט טויזנט ייִדן אין דער שטאָט. שפּעטער האָט די „הגנה‟ אײַנגענומען טבֿריה, חיפֿה, צפֿת און ביסאַן (בית-שאן) אין דעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם לאַנד, און די דערפֿער אַרום יפֿו.
אין דעם אינדערפֿרי פֿון 15סטן מײַ האָבן די ייִדישע כּוחות וואָס זענען אין גיכן פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין צה”ל, געהאַט שליטה אויף דעם פֿאָלגנדיקן שטח: אויף צפֿון-מיזרח האָט זיך געצויגן אַ דינער פּאַס — מטולה, צפֿת, טבֿריה, ביסאַן (בית-שאן). אַ צפֿון-מערבֿדיקער פּאַס צווישן ראַס-על-נאַקוראַ, נהריה און חיפֿה.
די צוויי צפֿונדיקע פּאַסן האָבן זיך פֿאַראייניקט אין יזרעאל טאָל, אַ קאַפּעלע אויף צפֿון פֿון עפֿולה. בײַם ברעג פֿון דעם מיטל־לענדישן ים האָט זיך געצויגן אַ פּאַס צווישן זכרון-יעקבֿ און די זאַמדן פֿון איסדוד (הײַנטיקן אַשדוד). אַ שמאָלער קאָרידאָר האָט פֿאַרבונדן ירושלים מיט רחובֿות און דעם ייִדישן צענטער בײַם מיטל־לענדישן ים. די קליינע קיבוצים אין דעם אַמאָליקן „נגבֿ‟, דעם שטח אַקעגן דעם אַראַבישן שטעטל מאַדזשדאַל (הײַנט: אַשקלון) און צווישן באר-שבֿע און עזה.
די ייִדישע מדינה איז געוואָרן אַ יש און איר אַרמיי האָט געוואַרט אויף דער צוגעזאָגטער אַטאַק. די פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג, אין קעגנזאַץ, איז אַדורכגעגאַנגען אַ פּראָצעס פֿון פֿאַנאַנדערפֿאַלונג: די עליט האָט פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, יעדער דאָרף און שטאָט האָט געקעמפֿט פֿאַר זיך אָן שום פּלאַן און אָרדענונג, אַ מישמאַש פֿון באַוואָפֿנטע באַנדעס האָט געוואָרפֿן אַ אימה אויפֿן אַרום און האָט אַרויסגעוויזן קאַרגע קעמף-פֿעיִקייטן אין אַלץ וואָס שייך צו קעמפֿן קעגן דער „הגנה‟.
די אַראַבישע באַפֿעלקערונג איז פֿאַרבליבן ווי אַ סטאַדע אָן אַ פּאַסטעך. אָן דער אינוואַזיע פֿון די אַראַבישע אַרמייען וואָלט זיך די מלחמה פֿאַרענדיקט דערמיט, וואָס צה”ל וואָלט אָקופּירט די גאַנצע מאַנדאַט־פּאַלעסטינע. הײַנט, מיט 65 יאָר שפּעטער, זעט דער מיטל-מיזרח אויס אין עטלעכע פּרטים אַנדערש, און אין געוויסע — אָן ענדערונגען.
דרײַ פֿון די אַרמייען וואָס האָבן דעמאָלט אַטאַקירט דעם ייִשובֿ — די איראַקישע, סירישע און לבנונישע אַרמייען זענען שוין נישט קיין אַרמייען אין פֿולן זין פֿון דעם וואָרט. די פּאַלעסטינער איז אויך הײַנט בילכער זיך אָפּצוגעבן מיט שׂינאה צו ישׂראל, נאָר עס דאַכט זיך, אַז דאָס פֿײַער פֿון שׂינאה, מיט וועלכן זיי זענען געווען בדעה אונטערצינדן ישׂראל, האָט זיך אָנגעכאַפּט אין זייערע אייגענע מלבושים.
ישׂראל האָט אויפֿגעשטעלט אַ שטאַרקע מדינה אין אַ שווערער געגנט. זי האָט שוין געפּאָקט און געמאָזלט און זיך געגעבן אַן עצה. דער „פּלאַן דל”ת‟ איז געווען אַן אַרכימעדישער פּונקט אויפֿן וועג צו ישׂראלס זעלבשטענדיקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.