ווי מיר זעען פֿון די פֿריִערדיקע אַרטיקלען וועגן ייִדיש אין דער אַקאַדעמישער וועלט, איז שייך דאָס ווערטל — קיינער ווייסט נישט וועמענס מאָרגן ס‘איז. איין יאָר קען בליִען אַ ייִדיש־פּראָגראַם, און איין יאָר — אָן אַ פֿאַר וואָס, אָן אַ פֿאַר ווען — קען זי נעלם ווערן. איך האָב לעצטנס גערעדט מיט מײַנע קאָלעגעס פֿון אַמאָל אין טעקסאַסער אוניווערסיטעט אין אָסטין, און דער גובערנאַטאָר דאָרטן מיט די געזעץ־געבער פֿון דער „טיי־פּאַרטיי‟ ווילן אַוועקנעמען אַ סך פֿון די בעסטע אוניווערסיטעט־פּראָגראַמען, וואָס ס׳האָט גענומען יאָרן זיי צו אַנטוויקלען. די שטאַרקע כּוחות פֿון פּאָליטיק און עקאָנאָמיע זענען משפּיע אויף יעדן אַספּעקט פֿונעם אוניווערסיטעטישן לעבן, בפֿרט, ווען דער אוניווערסיטעט איז נישט קיין פּריוואַטער.
דער מישיגענער אוניווערסיטעט אינעם שטעטל ען־אַרבאָר איז די קרוין פֿון דער שטאַטישער אוניווערסיטעטן־סיסטעם אין מישיגען, און ווערט פֿאַררעכנט ווי איינער פֿון די בעסטע אוניווערסיטעטן בכלל. במשך פֿון די יאָרן האָט ייִדיש געפֿונען אַ היים דאָרטן, און הײַנט פֿילט ער זיך ווי אַ בן־בית. די אומזיכערקייט וועגן דעם מאָרגן פֿון ייִדיש פֿילט מען דערווײַל נישט — הלוואַי ווײַטער.
פּראָפֿ׳ חנה (אַניטאַ) נאָריך איז געווען די ערשטע אָנגעשטעלטע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרקע, און האָט דאָרטן אָנגעהויבן די ייִדיש־פּראָגראַם. זי גיט זיך אָפּ, דער עיקר, מיט דער ייִדישער ליטעראַטור, אָבער האָט אויך געלערנט די שפּראַך, און האָט דאָס געטאָן אַפֿילו לעצטנס ווען אַ לערער האָט געפֿעלט. ווי אַ לערער אינעם ענגלישן אָפּטייל, פֿירט זי אָן מיט קורסן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אויף איבערזעצונג, צווישן זיי קורסן וועגן חורבן־ליטעראַטור און פֿרויען־ליטעראַטור.
ייִדיש איז גוט אינטעגרירט אינעם לערנפּלאַן פֿון די סטודענטן וואָס שטודירן ייִדישע שטודיעס, דערציילט פּראָפֿ׳ נאָריך. אַלע ביז־גראַדויִר־ סטודענטן, וועלכע ווילן זיך אָפּגעבן מיט ייִדישע לימודים, דאַרפֿן באַהערשן אַ שפּראַך — אָדער ייִדיש, אָדער העברעיִש. אַלע גראַדויִר־סטודענטן, וואָס ווילן שרײַבן אַ דיסערטאַציע, דאַרפֿן אויך קודם זיך אויסלערנען אָדער ייִדיש, אָדער העברעיִש.
עס קומען זיך לערנען ייִדיש סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע אָפּטיילן — געשיכטע, סלאַווישע שטודיעס, ענגליש, דײַטשע שטודיעס. די אינסטיטוציע וואָס העלפֿט מיט דער אינטעגרירונג פֿון ייִדיש און ייִדישע שטודיעס איז דער „פֿרענקעל צענטער פֿאַר יודאַיִשע שטודיעס‟ וואָס ברענגט די אַלע אָפּטיילן צוזאַמען מיט אַן אינטערעס צו ייִדישע טעמעס. דער „פֿרענקעל־צענטער‟ האָט באַזונדערע פֿאָנדן און העלפֿט אָפֿט סטודענטן מיט סובסידיעס און סטיפּענדיעס. דער „צענטער‟ ציט אויך צו פֿאָרשער פֿון אַנדערע אוניווערסיטעטן אויף אַ זמן אָדער יאָר צו פֿאָרשן, און אַזוי אַרום, האָבן פֿאַרבראַכט אין ען־אַרבער די ייִדיש־פֿאָרשער פּראָפֿעסאָרן אַבֿרהם נאָווערשטערן און קלמן ווײַזער, צווישן אַנדערע.
פּראָפֿ׳ מיכאַיִל קרוטיקאָוו, באַקאַנט דעם „פֿאָרווערטס‟־לייענער פֿאַר זײַנע אַרטיקלען וועגן ליטעראַטור, פֿאַרנעמט אַ פּראָפֿעסור־פּאָזיציע, וואָס ווערט צעטיילט צווישן די אָפּטיילן פֿון סלאַווישע שפּראַכן און ייִדישע שטודיעס. מיט צען יאָר צוריק האָט ער אָנגעהויבן צו לערנען אין מישיגען, און ער אָט שוין געלערנט מיט די סטודענטן אַזוינע קורסן ווי „ייִדישע ליבע־דערציילונגען‟ און אויף פֿאַרשיידענע טעמעס וועגן דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. קרוטיקאָווס לעצט בוך וועגן דעם לעבן און ווערק פֿונעם סאָוועטישן קריטיקער מאיר ווינער האָט געוווּנען דעם בכּבֿודיקן „פֿעניע און יעקבֿ אָנדענק־פּריז‟ פֿון דער „מאָדערנע שפּראַכן־אַסאָציאַציע‟.
די איצטיקע שפּראַך־לערערין הייסט ד״ר סאַשע האָפֿמאַן און איר דיסערטאַציע, אַ פֿאַרגלײַכיקע שטודיע אויף דער טעמע „געלעכטער דורך טרערן‟ בײַ ייִדישע און אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער ליטעראַטורן, האָט זי פֿאַרענדיקט לעצטן זומער. אַ געבוירענע אין מאָסקווע, האָט זי זיך אויסגעלערנט ייִדיש פֿון דער פֿריִערדיקער לערערין אין מישיגען, וועראַ סאַבאָ, ווי אויך אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם. אינעם מישיגענער אוניווערסיטעט, גיט איבער האָפֿמאַן, לערנט מען דרײַ יאָר ייִדישע שפּראַך, און דאָס יאָר, שטאָלצירט זי, האָבן זיך פֿאַרשריבן זיבן סטודענטן אינעם אַוואַנסירטן, דריטן יאָר.
קרוטיקאָוו דערציילט, אַז אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש, פֿאַרנעמען זיך דרײַ הויפּט־מענטשן — נאָריך, ער און האָפֿמאַן, אָבער אין דער לערערשאַפֿט געפֿינען זיך אַנדערע פּראָפֿעסאָרן, ווי דזשוליאַן לעווינסאָן און מאַיה ברזלי, וועמענס פֿאָרשונג האָט אויך אַ שײַכות צו ייִדיש. אַ גרעסערע גרופּע פֿון סטודענטן, פּראָפֿעסאָרן און ייִדיש־קענער פֿון דער שטאָט, קומען זיך צונויף אויף אַ לייענקרײַז יעדן פֿרײַטיק.
מיט איין סטודענט — שאול חנקין — האָבן מיר גערעדט, וועלכער האָט לעצטנס גראַדויִרט און וועט אין גיכן אָנהייבן אַרבעטן בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, וווּ ער וועט זיך אָפּגעבן מיט דעם ריזיקן קלאַנג־רעקאָרדירונגען־אַרכיוו, וואָס דער צענטער האָט באַקומען פֿון דער „פֿאָלקס־ביבלײַאָטעק‟ אין מאָנטרעאַל. קיין ייִדיש האָט ער נישט געקענט פֿון דער היים, אָבער זײַן אינטערעס צו זײַנע אַשכּנזישע וואָרצלען האָט אים געפֿירט צו ייִדיש. פֿאַר זײַן כּבֿוד־טעזיס אינעם געשיכטע־אָפּטייל האָט ער געפֿאָרשט די בונדישע צײַטונג „אונדער צײַט‟ בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
בכלל באַקומט זיך אַזאַ אײַנדרוק, אַז די פּראָפֿעסאָרן, סטודענטן און אַנדערע פֿאָרשער אין דער ייִדישער קולטור־קהילה פֿונעם מישיגענער אוניווערסיטעט האַלן זיך נאָענט איינער צום אַנדערן, און דאָס האָט געשאַפֿן אַ היימישע סבֿיבֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.