ראָמאַן יאַקאָבסאָנס (1896-1982) באַציִונג צו ייִדן און ייִדישקײט איז געװען ניט קײן פּשוטע. אַ באַרימטער לינגװיסט און ליטעראַטור־פֿאָרשער, איז ער געװען אידעאָלאָגיש נאָענט צו דער „אייראָאַזישער‟ באַװעגונג, װאָס האָט געהאַלטן רוסלאַנד פֿאַר אַ באַזונדערע ציװיליזאַציע מיט אַן אײגענעם אָרט צװישן אײראָפּע און אַזיע. דאָס רובֿ פֿון זײ זײַנען געװען מאָנאַרכיסטן און רוסישע נאַציאָנאַליסטן, הגם אײניקע האָבן געשטיצט די סאָװעטישע מאַכט, װײַל זײ האָבן זי געהאַלטן פֿאַר אַ יורש פֿון דער רוסישער אימפּעריע.
יאַקאָבסאָן האָט פֿאַראײניקט זײַן רוסישן פּאַטריאָטיזם מיט אַ נטיה צו אַװאַנגאַרד. אין זײַנע זכרונות, װאָס ער האָט דיקטירט דעם שװעדישן פֿאָרשער פֿון דער רוסישער ליטעראַטור בענגט יאַנגפֿעלדט, דערצײלט יאַקאָבסאָן װעגן זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט װלאַדימיר מאַיאַקאָװסקין און אַנדערע רוסישע פֿוטוריסטן, װעגן זײַנע אײגענע פּרוּװן צו שרײַבן פֿוטוריסטישע לידער און מאָלן אַװאַנגאַרדיסטישע בילדער.
אין די זכרונות זאָגט יאַקאָבסאָן גאָר ניט װעגן זײַנע ייִדישע אינטערעסן, אָבער אַ סך פֿון זײַנע פֿרײַנד, לערער און מיטאַרבעטער זײַנען געװען ייִדן. זײ האָבן געהערט צו דעם אַסימילירטן שיכט פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ, װאָס האָט געהאַט אַ גרױסע השפּעה אױף דער רוסישער קולטור פֿאַר און נאָך דער רעװאָלוציע.
יאַקאָבסאָן האָט פֿאַרלאָזט סאָװעט־רוסלאַנד אין 1920, אָבער ער האָט אָפּגעהיט די סאָװעטישע בירגערשאַפֿט און אַ צײַט געאַרבעט פֿאַר די סאָװעטישע אַנשטאַלטן אין טשעכאָסלאָװאַקײַ. מיט יאָרן שפּעטער אין אַמעריקע האָט ער געהאַט צרות בעת די מאַקאַרטישע רדיפֿות, װען מען האָט אים חושד געװען אין קאָמוניזם. געראַטעװעט האָט אים דעמאָלט דער קומעדיקער פּרעזידענט דואַיט אײַזענהאַוער. מיטן אָנהײב פֿון דער ליבעראַלער „אָדליגע‟ אין 1956 האָט יאַקאָבסאָן אָנגעהױבן באַזוכן סאָװעטן–פֿאַרבאַנד מיט לעקציעס און רעפֿעראַטן. ביז זײַן טױט האָט ער אונטערגעהאַלטן קאָנטאַקטן מיט די סאָװעטישע געלערנטער, און זײַנע װערק זײַנען אַרױס אױף רוסיש אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.
צװישן יאַקאָבסאָנס פֿילצאָליקע לינגװיסטישע פֿאָרשונגען איז פֿאַראַן אַן אַרטיקל װעגן ייִדישער פֿאָנעטיק, װאָס איז אַרױס אינעם זשורנאַל „ייִדישע שפּראַך‟ אין 1953. פֿון דער דאָזיקער פּובליקאַציע װאַקסן אויס פֿאַרשידענע טעאָריעס װעגן דעם סלאַװישן אָפּשטאַם פֿון ייִדיש. יאַקאָבסאָנס אינטערעס צו ייִדיש האָט אױך צו טאָן מיט זײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט מאַקס װײַנרײַך און זײַן זון אוריאל; יאַקאָבסאָן האָט אָנגעשריבן די הקדמה צו זײַן לערנבוך „קאָלעדזש ייִדיש‟.
יאַקאָבסאָנס אינטערעס צו ייִדן און ייִדיש האָט אױך געהאַט אַן אידעאָלאָגישן הינטערגרונט. אין 1941, גלײַך נאָך זײַן אָנקומען קײן אַמעריקע, האָט יאַקאָבסאָן פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל „די שטאָט פֿון לערנען‟ אינעם אַמעריקאַנער ענגלישן זשורנאַל „אַמעריקען העברו‟ (איך בין דאַנקבאַר מײַן קאָלעגע, פּראָפֿעסאָר ייִנדריך טאָמאַן פֿאַר איבערשיקן מיר דעם דאָזיקן טעקסט). דאָס איז אַ לױב־געזאַנג און אַ הספּד פֿאַר זײַן באַליבטער שטאָט פּראָג, װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײער פּראָדוקטיװע יאָרן פֿון זײַן לעבן.
אין זײַן אַרטיקל שילדערט יאַקאָבסאָן די אַלטע געשיכטע פֿון דער פּראָגער ייִדישער קהילה, װאָס איז געװען אײנע פֿון די גרעסטע און װיכטיקסטע אין אײראָפּע פֿון מיטלאַלטער. דער חידוש פֿונעם אַרטיקל איז, װאָס יאַקאָבסאָן באַטאָנט דװקא דעם טשעכישן און ניט דעם דײַטשיש־אַשכּנזישן כאַראַקטער פֿונעם פּראָגער ייִדנטום. די תּורה איז געקומען צו די פּראָגער חכמים פֿון פֿראַנקרײַך און ניט פֿון דײַטשלאַנד, און אױפֿן סמך פֿון דער דאָזיקער טראַדיציע האָבן זײ געשאַפֿן אַן אײגענע „טשעכישע שיטה‟ פֿון תּורה־לימודים. אין זײערע פּירושים געפֿינט מען אַ צאָל טשעכישע װערטער, װאָס האָבן געהערט צו דעם „לשון כּנען‟. אַזױ האָבן די ייִדישע חכמים אָנגערופֿן די שפּראַך פֿון די ייִדן, װאָס האָבן געװױנט אין די סלאַװישע לענדער, און זײַנען געװאָרן „קאָלאָניזירט‟ דורך די אַשכּנזים פֿון דײַטשלאַנד.
יאַקאָבסאָן באַטאָנט דעם שאַרפֿן קאָנטראַסט צװישן דעם מצּבֿ פֿון ייִדן אין די דײַטשישע לענדער אינעם 12טן־13טן יאָרהונדערט, װוּ זײ האָבן געליטן פֿון „סיסטעמאַטישע סאַדיסטישע רדיפֿות‟, און דעם מצבֿ פֿון ייִדן אין טשעכיע, װוּ זיי האָבן באַקומען „די סאַמע ליבעראַלע פּריװילעגיעס אין דער מיטל-אַלטערלעכער אײראָפּע‟. דערפֿאַר זײַנען די ייִדן געװען טיף אײַנגעװאָרצלט אין דער סלאַװישער קולטור און האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער דײַטשישער השפּעה.
צום סוף פֿון זײַן אַרטיקל קריטיקירט יאַקאָבסאָן די דײַטשיש־ייִדישע היסטאָריקער פֿאַר „אַנעקסירן‟ די קולטורעלע ירושה פֿון די טשעכישע ייִדן, װי אַ טײל פֿון דער געשיכטע פֿונעם דײַטשישן ייִדנטום. „אָפּנײגן פֿונעם היסטאָרישן אמת טרעפֿן זיך אָפֿטמאָל אין דער װיסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור אונטער דער װירקונג פֿון אַ פֿאַרבאַהאַלטענער פּאָליטישער טענדענץ, צומאָל אומבאַװוּסטערהײט פֿאַרן מחבר‟ — אַזױ שליסט יאַקאָבסאָן זײַן פּאָרטרעט פֿון אַמאָליקן ייִדישן פּראָג.
און דאָך איז זײַן טעקסט אױך ניט פֿרײַ פֿון אַן אידעאָלאָגישער טענדענץ. יאַקאָבסאָן איז אױפֿגעהאָדעװעט געװאָרן מיט אַ שטאַרקער ליבע צו פֿראַנצױזישער קולטור און האָט געקענט פֿראַנצױזיש זײער גוט. דײַטש האָט ער ניט ליב געהאַט. עס איז נאַטירלעך, אַז בעת דער מלחמה איז זײַן שׂינאה צו דײַטשלאַנד געװאָרן נאָך שטאַרקער, און ער האָט געפֿילט רחמנות פֿאַר טשעכיע, װאָס איז געװאָרן זײַן צװײט הײמלאַנד.
זײַן בילד פֿון ייִדן אין פּראָג, װי אַ טײל פֿונעם אַמאָליקן „כּנען‟, האָט אַ שײַכות צו מאַקס װײַנרײַכס טעאָריע פֿון דער פֿאָרמירונג פֿון ייִדישע שפּראַכן, װאָס איז דער יסוד פֿון דער מאָנומענטאַלער „געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟. אָבער אין אונטערשייד צו װײַנרײַך, איז יאַקאָבסאָן ניט געװען קײן ייִדישיסט. ער האָט באַטראַכט ייִדיש װי אַ טײל פֿון אַ ברײטערן „שפּראַך־בונד‟, װאָס האָט פֿאַראײניקט די שפּראַכן אױף דער גרענעץ צװישן אײראָפּע און אַזיע. דער קערן פֿונעם דאָזיקן „בונד‟ זײַנען געװען די סלאַװישע שפּראַכן, און דערפֿאַר איז פֿאַר יאַקאָבסאָנען געװען אַזױ װיכטיק צו מאַכן אַן אונטערשייד צװישן ייִדיש און דײַטשיש און צו באַטאָנען די קולטורעלע און היסטאָרישע בכורה פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן „כּנען‟ איבער דעם דײַטשישן „אַשכּנז‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.