מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט די צײַטונג „דזשערוזאַלעם פּאָסט‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿונעם ניו-יאָרקער זשורנאַליסט מיכאל ווילנער, לויט וועלכן די קאָנסערוואַטיווע סיסטעם פֿון ייִדישע טאָגשולן אין אַמעריקע פֿאַרלירט אַלץ ווײַטער איר פּאַפּולאַריטעט. אַלע שול-סיסטעמען, וואָס געהערן צו איין ייִדישער דענאָמינאַציע, לײַדן הײַנט פֿון אַ צאָל פּראָבלעמען. דער איינציקער יוצא-מן-כּלל זענען פֿאַרשיידענע אָרטאָדאָקסישע גרופּעס, בפֿרט חרדישע; זייערע בילדונג-נעצן האַלטן אין איין וואַקסן. אַחוץ די אָרטאָדאָקסישע קרײַזן, פֿאַרשפּרייט זיך הײַנט אין צפֿון-אַמעריקע אַן אַנדער טענדענץ — צו שאַפֿן ייִדישע שולן, וווּ עס לערנען זיך צוזאַמען וועלטלעכע און רעליגיעזע קינדער פֿון אַלע שניטן.
די צפֿון-אַמעריקאַנער סכעמע פֿון ייִדישע דענאָמינאַציעס האָט אַ ספּעציפֿישן טעם. פֿאַר אַן אימיגראַנט פֿון מיזרח-אייראָפּע איז צומאָל שווער צו פֿאַרשטיין דעם חילוק צווישן די קאָנסערוואַטיווע, רעפֿאָרמער און רעקאָסטרוקטיוויסטישע ייִדן. במשך פֿון די לעצטע טעג איז דעם מחבר פֿון די שורות אויסגעקומען צו שמועסן אויף דער דאָזיקער טעמע מיט אַ ריי רוסיש-רעדנדיקע חבֿרים. ווײַט נישט אַלע פֿון זיי זענען פֿרום און אַ טייל זענען געשטימט סקעפּטיש אָדער אַפֿילו אַנטי-רעליגיעז. און פֿאָרט, אויב זיי גייען יאָ אין שיל, קלײַבן זיי זיך אויס אַ בית-חב״ד אָדער אַ חסידיש שטיבל, וווּ עס דאַוונען ייִדיש-רעדנדיקע ייִדן.
די חסידישע שטיבלעך ציִען מער צו עלטערע ייִדן פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד; די געוועזענע אײַנוווינער פֿון די גרויסע שטעט, ווי מאָסקווע אָדער פּעטערבורג, פֿילן זיך מער באַקוועם מיט די ליובאַוויטשער אָדער בײַ „יאָנג איזראַעל‟. די אַטמאָספֿער פֿון אַן אַמעריקאַנער רעפֿאָרמער סינאַגאָגע זעט אויס פֿאַר אַ טיפּישן מיזרח-אייראָפּעיִשן אימיגראַנט פֿרעמד און אומפֿרײַנדלעך. ס׳זעט אויס, אַז אינעם יונגן דור פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרשפּרייטן זיך הײַנט ענלעכע געפֿילן. אַ צאָל מײַנע באַקאַנטע אַמעריקאַנער ייִדישע יונגע-לײַט — אַרײַנגערעכנט האָמאָסעקסואַלן און געמישטע פּאָרלעך — באַטאָנען אויך, אַז אויב זיי ווילן ערגעץ פֿאַרברענגען אַ שבת, איז פֿאַר זיי אַ סך מער אינטערעסאַנט אינעם חסידישן באָראָ-פּאַרק אָדער וויליאַמסבורג, ווי אין אַ ליבעראַלער רעפֿאָרם-סינאַגאָגע.
געוויינטלעך, צעטיילט מען די אַמעריקאַנער שילן אויף פֿיר קאַטעגאָריעס: אָרטאָדאָקסישע, קאָנסערוואַטיווע, רעפֿאָרמער און רעקאָסנטרוקציאָניסטישע. מרדכי קאַפּלאַן, אַ ליטוויש-געבוירענער רבֿ, האָט אין די 1940ער יאָרן פֿאַרלאָזט די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג און געשאַפֿן אַן אייגענע שיטה אין ייִדישקייט. מיט דער צײַט, האָבן אַ טייל קאַפּלאַנס נאָכפֿאָלגער באַשלאָסן, אַז זײַן רעקאָנסטרוקטיוויסטישע שיטה איז צו „טרוקן‟, און האָבן אָנגעהויבן אָרגאַניזירן פֿאַרשיידענע רוחניותדיקע „חבֿורות‟, אַרײַנברענגענדיק צוריק, אויף אַ באַנײַטן שטייגער, פֿאַרשיידענע געדאַנקען און מינהגים פֿון קבלה און חסידות. ווי אַ רעזולטאַט, האָט זיך מיט 20 יאָר צוריק געשאַפֿן די „חידושדיקע‟ באַוועגונג „אַלף‟ — די הויפּט-אָרגאַניזאַציע פֿונעם „ייִדישן ווידערגעבורט‟ (Jewish Renewal).
אַ טייל פֿון די גרינדער האָבן ממשיך געווען מרדכי קאַפּלאַנס „רעקאָנסטרוקציע‟; עס האָט זיך באַקומען, אַז כּדי צו רעקאָנסטרויִרן ייִדישקייט ווי געהעריק, מוז מען אַרײַנשטעלן צוריק אינעם פֿונדאַמענט די אַלטע „ציגל‟ פֿון די אַלטע חסידישע ניגונים, עזאָטערישע קבלה-ענינים און די שטעטלדיקע נאָענטקייט צו דער נאַטור.
כּדי צו פֿאַרשטיין די אַמעריקאַנער ייִדישע געשיכטע, מוז מען האָבן אין זין, אַז אַלע אָרטיקע נישט-אָרטאָדאָקסישע דענאָמינאַציעס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט צווישן מער אַסימילירטע ייִדן, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַמאָליקע מיזרח-אייראָפּעיִשע באַוועגונגען. אַ טיפּישער ייִדישער סאָציאַליסט אָדער אַ משׂכּילישער דענקער אין מיזרח-אייראָפּע, אַפֿילו דער גרעסטער אַפּיקורס, האָט זיך געלערנט אין אַ חדר און נישט זעלטן געהאַט אַן עכטע רבנישע בילדונג, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, וואָס יעדער איז געווען פֿון קינדווײַז אָן באַקאַנט מיט אַלע אַספּעקטן פֿונעם היימישן ייִדישן לעבן.
מרדכי קאַפּלאַן, אַ ליטוואַק פֿונעם שטעטל סווענציאַן, האָט אימפּאָרטירט קיין אַמעריקע די אידעע, אַז די הלכה איז נישט אַ סיסטעם פֿון רעליגיעזע געזעצן, נאָר אַ לעבעדיקער וועג פֿונעם פֿאָלק. אין מיזרח-אייראָפּע איז עס אַוודאי געווען אַזוי; ס׳רובֿ ייִדן האָבן זיך נישט געווענדט פֿאַר אַן עצה צו אַ רבֿ אויף יעדן שריט און טריט, נאָר פּשוט געלעבט ווי אַ ייִד, אויף וויפֿל יעדער האָט פֿאַרשטאַנען.
אַ גאַנצע ריי קבלה-ספֿרים באַטאָנען, אַז די הלכה בײַט זיך מיט דער צײַט לויט דעם גײַסט פֿונעם פֿאָלק; יעדע פּרשה אין דער תּורה קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן, באַטאָנען די מקובלים, דורך „49 טויערן‟ פֿון היתּר און איסור. ווי מע זאָגט, „מינהג ישׂראל תּורה היא‟ און „אַ מינהג ברעכט אַ דין‟. אַ סך חסידישע און מתנגדישע רבנים האָבן אַזוי געהאַלטן — לכל-הפּחות, אין פּרינציפּ. אַזאַ צוגאַנג האָט אָבער, אַפּנים, אויסגעזען פֿרעמד פֿאַר די גרינדער פֿון דער רעפֿאָרמער און קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, וועלכע האָבן געפּרוּווט צו פֿאָרמולירן אַ שיטה, וואָס פֿאַרלאָזט זיך אויפֿן ראַציאָנעלן שׂכל אָדער דעם כּוח פֿון פֿאָרמעלע רבנישע אינסטיטוציעס, און נישט אויף די פֿאָלקס-מינהגים און קבלה-מיסטיציזם.
אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ „פֿרומען רעקאָנסטרוקציאָניזם‟ האָט צו טאָן מיט ייִדיש. רבי ישׂראל ווילעדניקער, אַ גרויסער חסידישער דענקער, האָט אַנטוויקלט אַ גאַנצע קבלה-טעאָריע וועגן דעם. אויב דאָס פֿאָלק רעדט אויף ייִדיש — מוז די ייִדישע שפּראַך האָבן אַ טיפֿע מיסטישע ווערט. לויט דעם ווילעדניקער רבין, שפּילט ייִדיש אַ שליסל-ראָלע אינעם משיחישן גאולה-פּראָצעס און דינט ווי אַ „פּרוכת‟ צווישן דער קדושה פֿון דער תּורה און דער דרויסנדיקער וועלט.
דער מונקאַטשער רבי, חיים-אלעזר שׂפּירא — אַ גאָר שאַרפֿער קעגנער פֿון דעם משׂכּילישן מאָדערניזם — דערקלערט אין זײַן ספֿר „שער ישׂשכר‟, אַז דער אייבערשטער האָט אָנגעהויבן זײַנע ווערטער אויפֿן באַרג סיני מיטן וואָרט „אנוכי‟ און נישט „אני‟, ווײַל ס׳איז אַ מיצריש וואָרט. די גאַנצע מתּן-תּורה האָט זיך דווקא מיט אַ וואָרט, וואָס די ייִדן האָבן געבאָרגט פֿון די מיצרים, כּדי צו ווײַזן די אַמאָליקע דורות ייִדן, אַז זיי מוזן רעדן אויף זייער אייגענער שפּראַך, וואָס מעג שטאַמען פֿון נישט-ייִדישע שרשים. דער מונקאַטשער רבי האָט געשריבן, אַז ייִדיש איז דער יסוד, וואָס היט אָפּ די גאַנצע ייִדישקייט; די ספֿרדים, שרײַבט ער, מוזן אויך ממשיך זײַן צו רעדן אויף „שפּאַניאָליש‟.
רבי אַהרן ראָט, דער גרינדער פֿון דער חסידישער באַוועגונג „תּולדות-אַהרן‟, איז געגאַנגען נאָך דער מלחמה נאָך ווײַטער, און געמאָלדן, אַז ייִדיש, ווי אַ הייליקער „אַנטיפּאָד‟ פֿון דײַטש, האָט געראַטעוועט די שארית-הפּליטה פֿונעם חורבן, צוליב דעם גרויסן מיסטישן כּוח, וואָס שטעקט אין אים. אַזעלכע רבנים האָבן פֿאַקטיש געשטעלט די שפּראַך פֿונעם פֿאָלק אויף דער זעלבער מדרגה, ווי די געשריבענע תּורה-מיצוות — אויב אַפֿילו נישט נאָך העכער.
הרבֿ יחיאל-מיכל עפּשטיין פֿון באָברויסק, דער באַרימטער מחבר פֿון דער הלכה-ענציקלאָפּעדיע „ערוך-השולחן‟, באַנוצט זיך כּסדר מיט אַזאַ „פֿאָלקס-לאָגיק‟. אויב ס׳רובֿ ייִדן טוען עפּעס, וואָס זעט אויס ווי אַ סתּירה מיט דער אָפֿיציעלער הלכה, מוז עס האָבן עפּעס אַ טעם. צווישן אַנדערן, פֿאַרטיידיקט ער דעם מינהג נישט צודעקן די האָר, וועלכער האָט זיך פֿאַרשפּרייט אינעם 19טן יאָרהונדערט צווישן די ייִדישע פֿרויען אין ליטע. לויט זײַן לאָגיק, אויב מע פֿירט זיך שוין אויף אַזוי, קאָן מען זאָגן, אַז דאָס זעט מער נישט אויס אומצניעותדיק.
אין אַמעריקע, וווּ מרדכי קאַפּלאַן האָט געגרינדעט זײַן באַוועגונג, זענען די אָרטיקע „מינהגים‟ געוואָרן אָפֿט אַ סימן פֿון אַסימילאַציע און עם-הארצות, און נישט אַן אויסדרוק פֿונעם שעפֿערישן פֿאָלקס-גײַסט. ממילא, האָבן אַ טייל רעקאָנסטרוקציאָניסטן דאָס דערפֿילט און האָבן זיך געצויגן צוריק צו חסידישע ניגונים און אַלטע פֿאָלקישע טראַדיציעס.
עס שטעלט זיך אַן אינטערעסאַנטע פֿראַגע. אַ טייל קריטיקער האַלטן, אַז די וואַקסנדיקע צאָל יונגע אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכע ווילן זיך נישט פֿאַרשרײַבן אין קיין קאָנקרעטע שיל, איז אַ סימן פֿון ווײַטערדיקער אַסימילאַציע. מע קאָן אָבער זאָגן פֿאַרקערט. לכל־הפּחות, אַ טייל פֿון אַזעלכע אומאַפֿיליִיִרטע אַמעריקאַנער ייִדישע יונגע-לײַט — ווי מע זעט קלאָר, צום בײַשפּיל, אין אַזעלכע ערטער, ווי די מאַנהעטענער „ישיבֿת הדר‟ און דער שמועס-קלוב „טשאָלנט‟ אין באָראָ-פּאַרק — אינטערעסירט זיך אַקטיוו מיט ייִדיש און חסידות. ס׳זעט אויס, אַז זיי ווילן געפֿינען פֿאַר זיך אַן אייגענעם ייִדישן „פֿאָלקס-וועג‟ — אויפֿן סמך פֿון דער ייִדישער קולטור און אָן דעם דרוק פֿון קינסטלעכע „רעקאָנסטרוציעס‟ און „דענאָמינאַציעס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.