צוויי אויפֿרײַסן בײַם סוף פֿונעם באָסטאָנער מאַראַטאָן האָבן אומגעבראַכט צוויי און פֿאַרוווּנדיקט 23 מענטשן. עטלעכע מינוט פֿאַר דרײַ אַ זייגער בײַ טאָג, דרײַ שעה נאָך דעם ווי די לויפֿער האָבן אָנגעהויבן צו פֿאַרענדיקן דאָס געיעג, האָט מען דערהערט אַ גרויסן אויפֿרײַס לעבן בוילסטאָן־עוועניו. עטלעכע סעקונדעס שפּעטער האָט זיך דערהערט נאָך אַן אויפֿרײַס.
אַלע מאָביל־טעלעפֿאָנען אין באָסטאָן האָט מען תּיכּף אָפּגעשטעלט נאָך די אויפֿרײַסן, כּדי מע זאָל נישט קענען אויפֿרײַסן באָמבעס, ניצנדיק טעלעקאָנטראָל. די פּראָפֿעסיאָנעלע באָסטאָנער האָקי־שפּיל, וואָס האָט געדאַרפֿט דורכגעפֿירט ווערן אין אָוונט, האָט מען אָפּגערופֿן. צווישן די פֿאַרוווּנדיקטע איז געווען אַ פּאָליציאַנט. פֿאַרבלוטיקטע מענטשן האָט מען צוגעטראָגן צום געצעלט אויפֿגעשטעלט פֿאַר די לויפֿער, וווּ די מעדיקער האָבן געוואַרט.
עס זעט אויס, אַז די אויפֿרײַסן האָט מען בכּיוון צוגעגרייט צו דער שעה, אָבער דערווײַל זאָגט די פּאָליציי נישט אויס קיין שום געדאַנקען — ווער און וואָס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.