ירושלים. מדינת־ישׂראל פֿײַערט דעם 65סטן געבורטסטאָג. ישי אײַזנבערג פֿון אַמעריקע און אַליאור באַביאַן פֿון ישׂראל זײַנען געװאָרן די לאַורעאַטן פֿונעם 50סטן װעלטפֿאַרמעסט אין תּנ”ך־קענטענישן.
מאָסקװע. דער רוסישער פּרעזידענט װלאַדימיר פּוטין האָט אױסגעדריקט אַ טיפֿע מיטלײַד דעם אַמעריקאַנער פֿאָלק, אין שײַכות מיטן טעראָריסטישן אַטאַק בעתן מאַראַטאָן אין באָסטאָן; און פֿאָרגעלײגט צו פֿאַראײניקן די כּוחות אין אַ בשותּפֿותדיקן קאַמף קעגן די טעראָריסטן.
װענעזועלע. ניקאָלאַס מאַדוראָ: „זײ (אָפּאָזיציע) האָבן פֿאַרזײט שׂינאה אין די קעפּ פֿון די, װעלכע האָבן געשטימט פֿאַר זײ. און איצט זײַנען זײ גרײט צו הרגענען.‟ ברוטאַלע צוזאַמענשטױסן צװישן די סטודענטן און פּאָליציי אין קאַראַקאַס. די אָפּאָזיציע אָנערקענט ניט די רעזולטאַטן פֿון די פּרעזידענט־װאַלן.
פּיאָנג־יאַנג. צפֿון־קאָרעע האָט אָפּגעפֿײַערט „דעם טאָג פֿון דער זון‟ מיט מאַסן־דעמאָנסטראַציעס און מיט נײַע אַגרעסיװע דראָונגען אין אַדרעס פֿון די „אימפּעריאַליסטן‟.
בענין. מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד: „איראַן נײטיקט זיך ניט אין אַ נוקלעאַר־באָמבע. די נוקלעאַר־ענערגיע איז אַ מתּנה פֿון גאָט פֿאַר אונדזער לאַנד, און זי װעט באַװאָרענען אונדזערע בירגער מיט אַ ביליקער עלעקטריע‟.
קאַיִר. דער עקס־פּרעזידענט פֿון עגיפּטן, כאָסני מובאַראַק װעט װײַטער בלײַבן אין דער תּפֿיסה, כאָטש דאָס אַפּעלאַציע־געריכט האָט אים באַפֿרײַט פֿון דער פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט פֿאַר דעם דעמאָנסטראַנטן־מאָרד בעת דער לעצטער רעװאָרלוציע. עס בלײַבן נאָך אַ פּאָר קרימינעל ענינים װעגן מובאַראַקס קאָרופּציע־געשעפֿטן.
איראַק. אַ שרעקלעכע ערדציטערניש פֿון 8 באַלן לױט דער ריכטער־סקאַלע איז געשען לעבן דער פּאַקיסטאַנער גרענעץ.
אַנקאַראַ. דער װעלט־באַװוּסטער טערקישער פּיאַניסט פֿאַזיל סאַי האָט באַקומען 10 חדשים תּפֿיסה פֿאַרן „באַלעסטיקן די רעליגיעזע געפֿילן פֿון די מוסולמענער‟, און קאָנקרעט פֿאַר פֿאַזיל סאַיס רעפּליק אין „טװיטער‟: „אַלע נאַראָנים, עם־האָרצים, גראָבע יונגען, גנבֿים און לצים — זײ אַלע זײַנען זײער פֿרום‟.
קיִעװ. אַ סקאַנדאַל אַרום די האָנאָראַרן פֿונעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט װיקטאָר יאַנוקאָװיטש, דעם „כּאילו מחבר‟ פֿון 4 ביכער, װעלכע קײנער האָט זיי קיין מאָל ניט געזען. עס רעדט זיך װעגן 4 מיליאָן דאָלאַר.
דײַטשלאַנד. אין מינכן איז אָפּגעלײגט געװאָרן דער מישפּט איבער אַ גרופּע פֿון 5 נעאָ־נאַציס, פֿאַרדעכטיקט אין מאָרד פֿון 10 אימיגראַנט, מערסטנס טערקן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.