זונטיק, דעם 28סטן אַפּריל, 2013 וועלן עטלעכע ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס אין טאָראָנטאָ פֿאָרשטעלן אַ „ייִדיש־טאָג‟ מיט רעפֿעראַטן אויף ייִדיש, אַ קינדער־פּראָגראַם, ייִדיש געזאַנג און קלעזמער־מוזיק. די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען אינעם Miles Nadal JCC, 750 Spadina Avenue אין טאָראָנטאָ.
דער „ייִדישטאָג‟ וועט זיך אָנהייבן 11:00 אין דער פֿרי, מיט אַ לעקציע פֿון פּראָפֿ׳ רבֿקה מאַרגאָליס אויף דער טעמע „די ייִדישע קולטור אין קאַנאַדע: נעכטן און הײַנט‟. איר רעפֿעראַט וועט שטעלן דעם טראָפּ אויף די דערגרייכונגען אין דערציִונג, פּרעסע, ליטעראַטור און טעאַטער.
נאָך דער לעקציע וועט ד״ר שלום בערגער פֿאָרלייענען פֿאַר קינדער צוויי באַקאַנטע קינדערביכער, וועלכע ער האָט איבערגעזעצט פֿון ענגליש אויף ייִדיש: „דזשאָרדזש דער נײַגעריקער‟ און „די קאַץ דער פּאַיאַץ‟.
12:15 וועט פּראָפֿ׳ אַנאַ שטערנשיס פֿונעם טאָראָנטער אוניווערסיטעט האַלטן אַ לעקציע אויף דער טעמע: „די סאָוועטיש־ייִדישע קולטור אינעם נאָך־סאָוועטיש־ייִדישן לעבן‟. נאָך אַן איבעררײַס צו עסן מיטאָג, וועט מען צוריקקומען 2:30 בײַ טאָג צו הערן ד״ר שלום בערגערס לעקציע וועגן זײַן לעבן און ווערק — „נאָך דעם ווי די קינדער לייגן זיך שלאָפֿן: אַ ייִדישער פּאָעט רעדט זיך אָראָפּ פֿון האַרצן‟.
פּראָפֿ׳ קלמן ווײַזער פֿון „יאָרק־אוניווערסיטעט‟ וועט האַלטן די לעצטע לעקציע פֿונעם טאָג אויף דער טעמע: „די געשיכטע פֿון ייִדיש נאָכן חורבן‟. די קאַפּעליע „MNJCC קלעזמער־אַנסאַמבל‟ וועט אויפֿטרעטן, 5:00 בײַ טאָג, נאָך די לעקציעס.
אין אָוונט, וועט די זינגערין לענקאַ ליכטענבערג אויפֿטרעטן מיט איר גרופּע „פֿריי‟ בײַם אָפֿיציעלן „אַרויסלאָז‟ פֿון איר נײַעם קאָמפּאַקטל „Embrace‟. די לידער אויף דער רעקאָרדירונג נעמען אַרײַן ייִדישע פּאָעזיע, תּפֿילות און ריטמען פֿון דער גאַנצער וועלט.
אַרײַנגאַנג פֿאַר דער פּראָגראַם בײַ טאָג קאָסט 10$, און פֿאַרן קאָנצערט אין אָוונט 25$, 15$ פֿאַר סטודענטן. צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, קלינגט: 4255־872־416 אָדער גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט פֿון „אַשכּנז‟: //www.ashkenazfestival.com/?p=3927
די גרופּעס, וועלכע האָבן אָרגאַניזירט דעם „ייִדישטאָג‟ זענען: „אַשכּנז‟, „אַרבעטער־רינג‟ „פֿרײַנד פֿון ייִדיש — ווינטשעווסקי צענטער‟, די „על און מלכּה גרין־ייִדיש־פּראָגראַם בײַם טאָראָנטער אוניווערסיטעט, דער „ישׂראל און גאָלדע קאָשיצקי צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס בײַם יאָרק־אוניווערסיטעט‟ און „די ייִדישע פֿונדאַציע פֿון דער טאָראָנטער געגנט‟.
לכּבֿוד דעם 100סטן יוביליי פֿון דער ניו־יאָרקער „נאַציאָנאַלער ייִדיש־טעאַטער־פֿאָלקסבינע‟, וועט אין יוני 2015 פֿאָרקומען „קולטורפֿעסט: דער ערשטער חנה מלאָטעק אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון בינע־קונסט‟.
ווי אַ טייל פֿון דעם „קולטורפֿעסט‟ וועט די „פֿאָלקסבינע‟ דורכפֿירן דעם „דוד און קלייר ראָזען־אָנדענק דראַמאַטורגיע־קאָנקורס‟. דער געווינער פֿונעם קאָנקרוס, האָפֿט מען, וועט פֿאָרשטעלן זײַן פּיעסע בײַם „קולטורפֿעסט‟. די דראַמעס פֿון די האַלב־געווינערס פֿונעם קאָנקורס וועט מען פֿאָרשטעלן אין וואַרשטאַטן בײַם פֿעסטיוואַל.
די תּנאָים פֿונעם קאָנקורס זענען:
— מע דאַרף אַרײַנשיקן נײַע דראַמעס, מוזיקאַלישע פּיעסעס, אָדער מעדיאַ־פּראָיעקטן וועלכע אינקאָרפּאָרירן בינע־פֿאָרשטעלונג און/אָדער מוזיק.
— די פּראָעיקטן דאַרפֿן זײַן אויף ייִדיש אָדער ענגליש־שפּראַכיקע, וועלכע נעמען שאַפֿעריש אַרײַן ייִדיש.
— מע מעג אַרײַנשיקן איבערזעצונגען אָדער באַאַרבעטונגען פֿון פֿריִערדיקע ווערק, איבערגעמאַכט אויף ייִדיש, אָדער אויף ענגליש, אויף ס‘נײַ איבערגעטראַכט פֿאַר אַ מאָדערנעם עולם.
— די פּראָיעקטן דאַרפֿן ווערן פֿאָרגעשטעלט צום ערשטן מאָל בײַם פֿעסטיוואַל (פֿריִערדיקע פֿאָרלייענונגען אָדער וואַרשטאַטן־פֿאָרשטעלונגען זענען אויך פּאַסיק).
— מעדיאַ־פּראָיעקטן, וועלכע נעמען אַרײַן בינע־פֿאָרשטעלונג, מוזיק אָדער אַנדערע טעאַטער־עלעמענטן, מעג דער רעזשיסאָר אַרײַנשיקן.
דער טערמין פֿונעם קאָנקורס איז סעפּטעמבער 1, 2013.
צו באַקומען אַלע פּרטים פֿונעם קאָנקורס, גיט אַ קוק אויפֿן „פֿאָלקסבינע‟־וועבזײַטל: //nationalyiddishtheatre.org/play_contest.html
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.