באָסטאָן. — נעכטן, האָב איך זיך צוגעהערט צו דעם ראַדיאָ, כּדי געווויר צו ווערן, וואָס ס׳טוט זיך אין דער וועלט. על-פּי-צופֿאַל, האָב איך דערהערט אויף איינער פֿון די ראַדיאָ-סטאַנציעס, אַז צוויי באָמבעס האָבן זיך אויפֿגעריסן אין באָסטאָן. דאָס איז געשען בלויז מיט 20 מינוט פֿריִער, דערפֿאַר האָבן אַנדערע באָסטאָנער ראַדיאָ-קאַנאַלן ווײַטער געפֿירט זייערע רעגולערע פּראָגראַמען. מיט נאָך עטלעכע מינוט שפּעטער, האָבן שוין אַלע קאַנאַלן איבערגעגעבן די טרויעריקע נײַעס — די קלאַנגען פֿון די סירענעס און די ידיעות וועגן אומגעקומענע און פֿאַרוווּנדעטע.
ווען דאָס וואָלט געשען אין ישׂראל, וואָלטן אַלע ראַדיאָ-סטאַנציעס איבערגעריסן זייערע פּראָגראַמען און געמאָלדן וועגן אַ טעראָר-אַטאַק. במשך פֿון עטלעכע מינוט נאָכן אויפֿרײַס וואָלט מען געהערט אויף דעם ראַדיאָ בלויז די פֿרישסטע ידיעות און מיינונגען וועגן דעם אינצידענט. בערך אין אַ שעה נאָך די באָמבע-אויפֿרײַסן אין באָסטאָן, בין איך שוין געשטאַנען לעבן דעם „הויפּט-שפּיטאָל פֿון מאַסאַטשוסעטס‟, פּרוּוונדיק אויסצוגעפֿינען וועגן די קרבנות פֿונעם אַטאַק. איך בין באַקאַנט מיט אַזאַ סיטואַציע, ווײַל איך פֿלעג פֿירן רעפּאָרטאַזשן וועגן טעראָר-אַטאַקן אין ישׂראל. כ׳האָב זיך אָבער נישט געריכט דאָס צו טאָן, לעבנדיק איצט אין באָסטאָן.
די ישׂראלדיקע שפּיטעלער לאָזן די זשורנאַליסטן אַרײַן, כּדי צו כאַפּן אַ שמועס מיטן הויפּט-דאָקטער און, צומאָל, צו זען אייניקע לײַכט-פֿאַרוווּנדעטע. אין די פֿאַראייניקטע שטאַט איז די מעשׂה אַנדערש. די שפּיטאָל-אַדמיניסטראַציע האָט מיר גראָד געזאָגט, אַז צוליב דער פּריוואַטקייט פֿון די פּאַציענטן, טאָר איך נישט אַרײַנקומען. מיט די קרובֿים אָדער פֿרײַנד פֿון די געליטענע האָט מען מיר אויך נישט געלאָזט רעדן — לכל-הפּחות, די נאַכט נאָכן אויפֿרײַס. אין אַן אַנדער שפּיטאָל, וווּ מע האָט געבראַכט אַ פֿאַרוווּנדעטן פֿאַרדעכטיקן, איז געשען די זעלבע מעשׂה.
אינעם יאָר 2002, ווען איך האָב געאַרבעט אין אַפֿריקע, האָב איך דורכגעפֿירט אַ רעפּאָרטאַזש וועגן דעם אויפֿרײַס אין דער שטאָט מאָמבאַסאַ, קעניע, וווּ די טעראָריסטן האָבן אַטאַקירט אַ ישׂראלדיקן האָטעל. אַ צאָל קרובֿים פֿון די אָרטיקע אומגעקומענע אײַנוווינער האָבן געפֿרעגט איינער דעם צווייטן, וווּ געפֿינט זיך ישׂראל אויף דער מאַפּע.
דער הײַנטיקער רעפּאָרטאַזש איז געווען גענוג ענלעך צו די פֿריִערדיקע, אָבער אויך מערקווירדיק אַנדערש. קריסטען סקאָט, אַ 29־יאָריקע פֿרוי, וועלכע איז אויך געשטאַנען לעבן דעם שפּיטאָל, האָט דערציילט, אַז זי האָט פֿאַרענדיקט דעם מאַראַטאָן און פּלוצעם דערהערט די אויפֿרײַסן און געשרייען נישט ווײַט פֿונעם אָרט, וווּ זי האָט זיך דעמאָלט געפֿונען. דער עולם אויף דער גאַס איז געווען געפּלעפֿט, אָבער געהאָלפֿן איינער דעם צווייטן. אַ דאָקטער, וועלכער האָט געהאָלפֿן צו באַדינען די געליטענע, האָט איר דערציילט, אַז ער האָט געבעטן זײַנע סטודענטן, וועלכע האָבן פֿאָרגעלייגט זייער פֿרײַוויליקע הילף, דווקא נישט צו קומען, ווײַל די סצענע איז געווען צו שאָקירנדיק פֿאַר זיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.