אילת. אַרום 9:00 אין דער פֿרי זײַנען דרײַ „גראַד‟־ראַקעטן, אַרױסגעלאָזט פֿון סיני, געפֿאַלן אויף דער קוראָרט־שטאָט אילת. אײן ראַקעטע האָט זיך אױפֿגעריסן אינעם הױף פֿון אַ הױז, אָבער ניט געשעדיקט די אײַנװױנער. דאָס אילתער פֿליפֿעלד איז געװען פֿאַרמאַכט אױף צװײ שעה. דאָס שטײגער־לעבן אין דער שטאָט האָט זיך ניט געענדערט. עגיפּטישער הױכגעשטעלטער מיליטער־מאַן לײקנט אָפּ, אַז די ראַקעטן זײַנען אױסגעשאָסן געװאָרן פֿון סיני.
ישׂראל. 9 װיסנשאַפֿטלער, געזעלשאַפֿטלעכע און קולטור־טוער זײַנען זוכה געװען צו דעם ישׂראל־פּרײַז, צװישן זײ — די ייִדיש־פֿאָרשערין פּראָפֿעסאָר חוה טורניאַנסקי. בילדונגס־מיניסטער, שי פּיראָן: „איך בין זײער באַזאָרגט מיטן ׳מוחות־אָפּפֿלוס׳ פֿון ישׂראל‟.
ירושלים. דער מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס און דער פּרעמיער בנימין נתניהו האָבן אױסגעדריקט אַ טיפֿע מיטלײַד דעם אַמעריקאַנער פֿאָלק מחמת דעם אינצידענט אין באָסטאָן.
קאַיר־ריִאַד. עגיפּטן און סאַודיע האָבן פֿאַראורטײלט דעם טעראָריסטישן אַקט אין באָסטאָן: „דאָס איז קעגן די איסלאַם־יסודות‟.
צפֿון־קאָרעע. פּיאָנג־יאַנג סטראַשעט די דרום־קאָרעע מיט אַ מלחמה, אױב יענע װעט ניט ברענגען די אָפֿיציעלע אַנטשולדיקונג פֿאַרן „שרעקלעכן פֿאַרברעכערישן אַקט‟. בעת אַ דעמאָנסטראַציע אין סעול איז פֿאַרברענען געװאָרן די ליאַלקע פֿונעם ערשטן צפֿון־קאָרעיִשן לײַטער קים איר סען.
באַראַק אָבאַמאַ: „צפֿון־קאָרעע האָט ניט קײן מעגלעכקײט אױסשטאַטן זײערע ראַקעטן מיט אַ נוקלעאַר־שפּיץ‟.
באָסטאָן. דער בירגערמײַסטער פֿון באָסטאָן האָט פֿאַרזיכערט די תּושבֿים, אַז די פּאָליציי און FBI טוט אַלץ, כּדי געפֿינען די פֿאַראַנטװאָרטלעכע פֿאַרן טעראָר־אַטאַק בעתן מאַראַטאָן. אַ העפֿט פֿון די פֿאַרװוּנדעטע בלײַבט אין די שפּיטעלער. בײַ 13 פֿאַרװוּנדעטע זײַנען אַמפּוטירט געװאָרן די ענדגלידער.
פּענטאַגאָן. טשאַק הײגל: „כ’װעל באַזוכן ישׂראל אין די נאָענטסטע טעג‟.
דײַטשלאַנד. דער מישפּט איבער אַ גרופּע נעאָ־נאַציס איז אָפּגעלײגט געװאָרן אױף שפּעטער, כּדי אױסצוגעפֿינען אַ מעגלעכקײט פֿאַר אַקרעדיטאַציע פֿון די טערקישע זשורנאַליסטן. די מיטגלידער פֿון דער „נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישער אונטערערד‟־גרופּע זײַנען פֿאַרדעכטיקט אין 10 מאָרדן, אין 14 באַנק־רױבן און אין אַ רײ טעראָריסטישע אױפֿרײַסן.
טעהעראַן. פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד: „מיר האָבן בדעה צו באַרײַכערן אוראַניום ביז 56%‟. איראַן האָט געמאָלדן װעגן אַ געלונגענער אױספּרוּװוּנג פֿון אַ נײַער באַליסטישער ראַקעטע. בעת דער שרעקלעכער ערדציטערניש זענען דערהרגעט געוואָרן מינימום 40 מענטשן.
פּאַקיסטאַן. 34 דערהרגעטע בעת דער ערדציטערניש. דער גורל פֿון טױזנטער מענטשן איז אומבאַװוּסט.
װענעזועלע. ענריקע קאַפּרילעס פֿאָדערט איבערצײלן די שטימען־בולעטינען. ניקאָלאַס מאַדוראָ באַשולדיקט דעם קאַנדידאַט, „װעלכער טראָגט געלע קלײדער‟, אין מרידה קעגן דער מאַכט. די סטודענטן שלאָגן זיך דערװײַל מיט דער פּאָליציי. 7 דערהרגעטע בעת די ברוטאַלע דעמאָנסטראַציעס.
אַנקאַראַ. איװדע װאָך הײבן זיך אָן די אָפֿיציעלע אונטערהאַנדלונגען צװישן טערקײַ און ישׂראל. דער טערקישער אױסערן־מיניסטער: „מיר טוען אַלץ, כּדי נאָרמאַליזירן די באַציִונגען מיט ישׂראל‟.
רױם. דער פּאָליטישער קריזיס אין איטאַליע האָט זיך פֿאַרצױגן אױף לאַנגע חדשים און װערט אַלץ טיפֿער. די גרױסע פּאַרטײען קענען ניט קומען צו אַ קאָמפּראָמיס. די דריטע לױט דער גרײס, די ראַדיקאַלע „פֿינף שטערן‟־פּאַרטײ האָט אױסגעװײלט איר פּרעזידענט־קאַנדידאַט די באַװוּסטע זשורנאַליסטקע מילענאַ גאַבאַנעלי דורכן קאָמפּיוטער.
ענגלאַנד. אין סען־פּיער־קאַטעדראַל איז פֿאָרגעקומען די געזעגענונג־צערעמאָניע מיט מאַרגאַרעט טעטשער.
טשאַד. פּרעזידענט אידריס דעבי: „מיר האָבן באַװײַזן, אַז מוכטאַר בעלמוכטאַר איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד‟. בעלמוכטאַר איז געװען אײנער פֿון גרעסטע „אַל־קײַדאַ‟־טעראָריסטן אין צפֿון־אַפֿריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.