די ייִדישע קהילה אין עגפּיטן האָט דינסטיק געמאָלדן, אַז זי האָט דערוויילט אַ נײַע פֿירערין, מאַגדאַ כאַרון.
דער פֿריִערדיקער הויפּט, קאַרמען ווײַנשטיין, איז נפֿטר געוואָרן פֿאַראַכטאָגן שבת, נאָכן אָנפֿירן מיט דער קהילה במשך פֿון מער ווי 20 יאָר.
„מײַן ציל איז אָנצוהאַלטן די קולטור־ירושה פֿון די עגיפּטישע ייִדן, אַפֿילו נאָך דעם ווי ס׳וועלן מער נישט זײַן קיין ייִדן דאָ, ווײַל אין דער אמתן, געהערט עס צו אַלע עגיפּטער,‟ האָט די 60־יאָריקע כאַרון דערקלערט פֿאַר דער Daily News Egypt. כאַרון, אַ מאַמע פֿון צוויי אוניווערסיטעט־געבילדעטע טעכטער, רעדט פֿרײַ אַראַביש, פֿראַנצויזיש און ענגליש.
כאַרון איז איינשטימיק דערוויילט געוואָרן אָנצופֿירן מיטן „עגיפּטישן ראַט פֿון דער ייִדישער קהילה‟, האָט איבערגעגעבן דער „איי־פּי‟ (AP). עס זענען פֿאַרבליבן בערך 40 ייִדן אין עגיפּטן, ס׳רובֿ פֿון זיי — עלטערע פֿרויען אין קאַיִר און אַלעקסאַנדריע.
„איך וועל ווײַטער אויפֿפּאַסן אויף זייערע געזעלשאַפֿטלעכע און מעדיצינישע באַדערפֿענישן, פֿאַרזאַמלען זיי אויף די יום־טובֿים, און זיי באַערדיקן אויף אַ בכּבֿודיקן אופֿן,‟ האָט כאַרון דערקלערט.
כאַרון האָט אויך געזאָגט, אַז איר עגיפּטישע אידענטיטעט איז איר וויכטיקער ווי איר ייִדישע. איר טאַטע, טשעהאַטאַ כאַרון, איז געווען אַ נאַציאָנאַליסטישער פּאָליטיקער און אַן אַנטי־ציוניסט, האָט דער „איי־פּי‟ געשריבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.