מרדכי שטריגלער (1918–1998) איז איינער פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע שרײַבער אין 20סטן יאָרהונדערט. די געשיכטע פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן איז ענג פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק אין די לעצטע הונדערט יאָר. זײַנע פֿילצאָליקע שריפֿטן שפּיגלען אָפּ אַ הויכע מדרגה פֿון וויסיקייט און ייִדישן זעלבסט-באַוווּסטזײַן, אַ הויכן אינטעלעקטועלן ניוואָ און אַ קוק פֿון אַ תּלמיד־חכם. אין זײַנע שריפֿטן קומט צום אויסדרוק דער פּרוּוו פֿון אַ מאָדערנעם ייִד מיט אַ זעלטענעם ליטעראַרישן טאַלאַנט, זיך צו פֿאַרמעסטן מיט די פּראָבלעמען פֿון ייִדישן קיום אין 20סטן יאָרהונדערט.
מרדכי שטריגלערן איז אויסגעקומען איבערצולעבן און אָפּצושפּיגלען אין זײַן שאַפֿן דרײַ עיקר-תּקופֿות אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק, דרײַ צײַט־אָפּשניטן וואָס זײַנען אַזוי פֿאַרשידנאַרטיק: דאָס פּוילישע ייִדנטום צווישן ביידע וועלט-מלחמות, די תּקופֿה פֿון ייִדישן לעבן אונטער דער נאַצי-הערשאַפֿט אין געטאָ און לאַגער, און דאָס לעבן מיט זײַנע פּראָבלעמען פֿון ייִדן אין דער נאָכמלחמהדיקער אייראָפּע, אין אַמעריקע און אין מדינת-ישׂראל.
ווי אַ צוויי־שפּראַכיקער שרײַבער, וואָס שאַפֿט אויף ייִדיש און אויף העברעיִש, ווי אַ יונגער זשורנאַליסט וואָס דרוקט זיך אין דער ייִדישער און העברעיִשער פּרעסע אין פּאַריז, אין ניו-יאָרק און אין מדינת-ישׂראל, ווי אַ מחבר פֿון ראָמאַנען וועגן פּוילישן ייִדנטום פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה, און וועגן דעם לעבן פֿון ייִדן אונטער דער נאַצי-הערשאַפֿט, ווי אַ פּאָעט, אַ פּובליציסט, און אַ רעדאַקטאָר פֿון ייִדישע זשורנאַלן — פֿאַרנעמט מרדכי שטריגלער דעם אויבנאָן בײַ דער קולטור-אַרבעט אויף ייִדיש און אויפֿן געביט פֿון חכמת-ייִדיש און יודאַיִסטיק אין 20סטן יאָרהונדערט. אין אַלץ וווּ ער קערט זיך און ווענדט זיך ווי אַ שרײַבער און זשורנאַליסט, איז צו דערקענען, אַז מרדכי שטריגלער איז אַ דענקער מיט אַ ברייטער ייִדישער בילדונג און גלײַכצײַטיק — אַ מאָדערנער מענטש.
פֿון שטענדיק אָן איז געווען דאָס שרײַבן פֿאַר מרדכי שטריגלערן אַ לעבנסוועג, אַ שעפֿערישע אַקטיוויטעט, וואָס איז נישט איבערגעריסן געוואָרן אַפֿילו פּנים־אל־פּנים מיטן טויט, אין די 12 נאַצישע לאַגערן, דורך וועלכע ער איז אַדורך. 15 יאָר זענען אַריבער זינט מרדכי שטריגלערס פּטירה, און נאָך אַלץ איז דאָס פֿאָרשן און לערנען זײַנע שריפֿטן — אין די וויקעלעך. זיך אָריענטירן און דערזען די פֿאַרבינדונגען צווישן אַלע זשאַנערן פֿון זײַן שאַפֿן, און זיך דערגרונטעווען צום באַטײַט פֿון זײַן אינהאַלט, איז נישט פֿון די לײַכטע זאַכן. דאָס אויספֿעלן פֿון אַ באַגלייבטער ביבליאָגראַפֿיע לשם אַ בעסערער אָריענטאַציע אין מרדכי שטריגלערס שאַפֿן, די צעזייטקייט און צעשפּרייטקייט פֿון זײַנע טויזנטער אַרטיקלען אין דער ייִדישער און העברעיִשער וועלטפּרעסע, דער רײַכער בריוון־אויסטויש צווישן אים און צווישן די שרײַבער פֿון זײַן דור, ווי אויך דאָס אויספֿעלן פֿון איבערזעצונגען פֿון זײַנע ייִדישע כּתבֿים אויף אַנדערע שפּראַכן — דאָס אַלץ באַשווערט שטאַרק די פֿאָרש־אַרבעט און דאָס לערנען זײַנע כּתבֿים.
אויף דער ייִדיש-קאַטעדרע אויפֿן נאָמען פֿון יוסף און אידאַ בערמאַן, און אין דעם דבֿ-סדן-פּראָיעקט, וואָס איז מיט איר פֿאַרבונדן, האָבן מיר אָנגעהויבן אַ פֿאָרש־פּראָיעקט וועגן מרדכי שטריגלערס לעבן און שאַפֿן, קורץ נאָך זײַן פּטירה אין יאָר 1998. דאָס האָבן מיר געטאָן ווי אַן אָנערקענונג פֿון זײַן חשיבֿות און זײַנע אויפֿטוען פֿאַר דער געשיכטע און אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה. נאָך אַ באַראַטונג מיט אסתּר שטריגלער, זײַן אַלמנה, און מיט לאה שטריגלער, זײַן טאָכטער, האָבן מיר רעאָרגאַניזירט מרדכי שטריגלערס פּריוואַטן אַרכיוו, און אים איבערגעגעבן דער אַרכיוון-סעקציע פֿון דער „נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק‟ אין ירושלים. מרדכי שטריגלערס פּריוואַטער אַרכיוו, וואָס איז גרויס אין פֿאַרנעם, איז הײַנט צו טאָג אַ רײַכער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע פֿאַרן שטודירן מרדכי שטריגלערס דערגרייכונגען ווי אַ שרײַבער און אַ זשורנאַליסט.
אין די לעצטע 12 יאָר האָבן מיר, צווישן אַנדערע, געקליבן מרדכי שטריגלערס בריוו, געשריבן זינט 1939. מיר האָבן זיי דעשיפֿרירט, אַנאַליזירט און צוגעגרייט אַ באַנד מיט אַ בריוון־אויסטויש צווישן מרדכי שטריגלער, אַ געראַטעוועטן פֿון בוכנוואַלד, און דעם פּאָעט ה. לייוויק, אַ געוועזענעם קאַטאָרגע-אַרעסטאַנט אין סיביר. אין אָט דעם בריוון־אויסטויש במשך פֿון די יאָרן 1945–1952, קומען צום אויסדרוק צענטראַלע פּראָבלעמען בײַם אויפֿשטעלן צוריק דאָס לעבן פֿון דער שארית-הפּליטה, און ווידעראויפֿבויען די ייִדישע קולטור אין אייראָפּע, אין אַמעריקע, און אין מדינת-ישׂראל. ווײַל אָט די בריוו זענען געשריבן געוואָרן מיט מער ווי 65 יאָר צוריק און ווײַל די פּערזענלעכקייטן, די אינסטיטוציעס, און די קאָנפֿליקטן פֿון יענע צײַטן זענען נישט באַקאַנט און פֿרעמד אונדזער דור, — אין פֿאַל ווען ער ווײַזט אַרויס אַן אינטערעס פֿאַרן נישט אַזוי ווײַטן עבֿר, — האָבן מיר געהאַלטן פֿאַר נייטיק צו דערקלערן און באַגלייטן, מיט דער הילף פֿון הונדערטער הערות, יענע ענינים, נעמען פֿון פּערזענלעכקייטן און פֿון אינסטיטוציעס, ווי אויך דערשײַנונגען, וועגן וועלכע מיר אַליין, די רעדאַקטאָרן פֿון בוך, האָבן נישט געהאַט קיין גענוגנדיקע אַנונג. מיט דעם צוועק האָבן מיר זיך אַרײַנגעלאָזן אין אַ ברייטע אויספֿאָרשונג, און די רעזולטאַטן שפּיגלען זיך אָפּ אין די פֿוסבאַמערקונגען פֿון באַנד מיטן בריוון־אויסטויש, וועלכן מיר האָפֿן אָפּצודרוקן סוף יאָר 2013.
די מקורים, אויף וועלכע מיר האָבן באַגרינדט די הערות און דערקלערונגען, האָבן מיר קאָנצענטרירט און פֿאַרשריבן אין אַן אָפּגעקליבענער ביבליאָגראַפֿיע, וואָס וועט באַגלייטן דעם באַנד פֿון דעם דערמאָנטן בריוון־אויסטויש. דאָ ברענגען מיר באַזונדער די אָפּגעקליבענע ביבליאָגראַפֿיע אונטערן נאָמען „שטריגלעריאַנאַ‟ און מיר האָפֿן צו ברענגען דערמיט נוצן פֿאַר די אַלע וואָס פֿאַראינטערעסירן זיך מיט מרדכי שטריגלערס לעבן און שאַפֿן, מיט ייִדישער ליטעראַטור און מיט דער קולטור־געשיכטע פֿון דער שארית־הפּליטה, מיט דער ייִדישער פּרעסע נאָכן אומקום, ווי אויך מיטן לעבן און שאַפֿן פֿון דעם פּאָעט ה. לייוויק, מיט דער קולטור־געשיכטע פֿון ייִדן בעתן אומקום און מיט דער געשיכטע פֿון אומקום, געזען מיט די אויגן פֿון מרדכי שטריגלערן.
אָט די אָפּגעקליבענע ביבליאָגראַפֿיע, וואָס ווערט צוגעשטעלט דעם פֿאַראינטערעסירטן לייענער, איז בלויז אַן אָנהייב פֿון אַ גרעסערער פֿאָרש־אַרבעט, און מיר האָבן בכלל קיין שום פּרעטענזיע נישט אויסצושעפּן אַלע אַספּעקטן פֿון דער טעמע, וועלכע איז פֿילפֿאַכיק, קאָמפּליצירט, און נישט מיר וועלן מן-הסתּם פֿאַרפֿולקומען די מלאָכה. מיר אָבער באַטראַכטן יאָ די „שטריגלעריאַנאַ‟, ווי אַ גרונטיקן און דאָקומענטירטן אָנפֿאַנג, אַ רעזולטאַט פֿון אַ 15־יעריקער פֿאָרש־אַרבעט.
„שטריגלעריאַנאַ‟ איז נאָר איין הילפֿס־אינסטרומענט, צווישן אַ שלל הילפֿסמיטלען וואָס וועלן באַגלייטן דעם באַנד פֿון אויבן דערמאָנטן בריוון־אויסטויש, כּדי אָפּצושפּיגלען, אויפֿצוקלערן און צו באַשרײַבן יענע תּקופֿה צווישן מײַ 1945, גלײַך נאָך שטריגלערס באַפֿרײַונג פֿון בוכנוואַלדער לאַגער, און אויגוסט 1952, ווען ער איז אָנגעקומען פֿון פּאַריז אין ניו-יאָרק און שוין דאָרטן פֿאַרבליבן, אין דער שטאָט פֿונעם פּאָעט ה. לייוויק.
צום באַנד בריוון־אויסטויש האָבן מיר צוגעגעבן סײַ אַ שליסל פֿון נעמען און סײַ אַ שליסל פֿון באַהאַנדלטע ענינים, אַרום 900 הערות און אַן אויטאָביאָגראַפֿישן דאָקומענט, וואָס שטריגלער האָט אָנגעשריבן אָנהייב 1939, אין עלטער פֿון 21 יאָר, באַגלייט פֿון אַ בריוו צו דער ייִוואָ-פֿאַרוואַלטונג אין ווילנע. דער באַנד ווערט אויך באַגלייט פֿון אַ הקדמה און אַ קורצן אַרײַנפֿיר.
דער ציל פֿון די דאָזיקע פֿילפֿאַכיקע הילפֿסמיטלען איז אָפּצוראַטעווען פֿון פֿאַרגעסנהייט אַ גאַנצע וועלט פֿון היסטאָרישע פֿאַקטן, און אַ באַרג מיט געפֿילן און געדאַנקען וואָס שטעקן אין אָט די בריוו, אָבער זײַנען טיף פֿאַרבאָרגן אין די שורות, און דערגייען ניט צום באַוווּסטזײַן; זיי ווערן ניט קיין טייל פֿון קאָלעקטיוון זכּרון — סײַדן מיר באַלײַכטן זיי מיט דעם פּראָיעקטאָר פֿון אויטענטישער דאָקומענטאַציע, מיט די וועגווײַזער און שליסלען פֿאַר די טעקסטן פֿון באַנד בריוו, פֿאַרברייטערנדיק די אַרויסגעזאָגטע מיינונגען דורך דערקלערונגען אין פֿוסבאַמערקונגען, פֿאַרמינערנדיק אַזוי דעם באַניץ מיט סבֿרות.
דער אויבן דאָזיקער פּראָיעקט איז דערווײַל דורכגעפֿירט געוואָרן טיילווײַז און דאָך דערגאַנגען צו אַ באַשטימטער גאַנצקייט. אַ באַשטימטע גאַנצקייט; נאָר, ווײַל פֿון אָנהייב אָן, האָט דער פּלאַנירטער פּראָיעקט געדאַרפֿט אַנטהאַלטן דרײַ בענדער פֿון אַ בריוון־אויסטויש צווישן מרדכי שטריגלער און זײַנע בני-דור. מיר האָפֿן, אַז אָט דער ציל וועט רעאַליזירט ווערן מיט אונדזער הילף, אָדער מיט דער הילף פֿון אַנדערע. במשך פֿון דער אַרבעט האָט זיך דער פּראָיעקט פֿאַרצווײַגט, און נאָך אַ צוגאָבבאַנד, אויף וועלכן מיר אַרבעטן איצט, איז צוגעקומען. דאָס איז אַ צווייטער באַנד, מיטן נאָמען: „רײַזע-אײַנדרוקן פֿון מרדכי שטריגלער און ה. לייוויק פֿון אַ באַזוך אין מדינת-ישׂראל, 1949־1950‟. נאָך אַזאַ באַזוך האָבן ביידע שרײַבער אָפּגעדרוקט אין דער ייִדישער פּרעסע רײַזע-אײַנדרוקן: אַ סעריע פֿון צײַטונגס-אַרטיקלען, וועלכע באַשרײַבן די יונגע מדינה וואָס איז ערשט אַנטשטאַנען, צוזאַמען מיט איר פּראָבלעמאַטיק. דער באַנד רײַזע-אײַנדרוקן איז פֿאַקטיש אַ פֿאַרברייטערטער, פֿאַרטיפֿטער און אַנטפּלעקערישער פּערזענלעכער קוק אויף דעם וואָס ס‘ווערט אָנגעוויזן נאָר בדרך־רמז אין דעם באַנד פֿון בריוון־אויסטויש צווישן ביידע שרײַבער.
דער צווייטער באַנד וועט דערשײַנען ווי אַ צוויי־שפּראַכיקער טעקסט — דער ייִדישער מקור און אַנטקעגן אים די העברעיִשע איבערזעצונג.
מיר ווילן באַדאַנקען יעדן איינעם וואָס האָט דערמעגלעכט, אַז דער דאָזיקער פֿאָרש־פּראָיעקט זאָל טיילווײַז רעאַליזירט ווערן. מיר ווילן אויסדריקן אונדזער דאַנק אסתּר שטריגלער און לאה שטריגלער פֿאַר זייער צוטרוי און זייער גרייטקייט, איבערצוגעבן אין אונדזערע הענט דעם שרײַבערס פּריוואַטן אַרכיוו. אָן זייער איבערגעגעבענער אַרבעט בײַם צונויפֿקלײַבן און קלאַסיפֿיצירן די דאָקומענטן, און אָן זייער טירחה ווידער און אָבער אַריבערצופֿירן אין וואַליזעס טיילן פֿון דעם אַרכיוו קײן ישׂראל, וואָלטן מיר נישט באַוויזן צוצוגרייטן דעם אַרכיוו.
מיר זײַנען דאַנקבאַר דעם ייִוואָ-אַרכיוו אין ניו-יאָרק, פֿרומע מאָרער, וואָס פֿירט מיט אים אָן און לייזער גרינבוים, דעם הויפּט־אַרכיוואַר, פֿאַר זייער הילף במשך יאָרן בײַם לאָקאַליזירן מרדכי שטריגלערס בריוו אין צענדליקער אַרכיוון, און פֿאַר זייער גרייטקייט אַנטקעגנצוקומען אַלע אונדזערע בקשות און פֿראַגעס.
אָן דער פּראָפֿעסיאָנעלער הילף פֿון קערי פֿרידמאַן-כּהן בײַם דעשיפֿרירן מרדכי שטריגלערס און ה. לייוויקס מאַנוסקריפּטן, און אָן איר לאַנג־יעריקער באַטייליקונג אין דער פֿאָרש־אַרבעט בײַם דבֿ-סדן-פּראָיעקט, וואָלט ניט מעגלעך געווען קיין גיכער און סיסטעמאַטישער פּראָגרעס. איר דעשיפֿריר-אַרבעט איז די באַזע פֿאַרן גאַנצן פּראָיעקט.
מיר באַדאַנקען אַלע יחידים און אינסטיטוציעס וואָס האָבן אָנערקענט די וויכטיקייט פֿונעם „שטריגלעריאַנאַ‟־פּראָיעקט און אונטערגעשטעלט אַ פּלייצע צו דערמעגלעכן ער זאָל דורכגעפֿירט ווערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.